און צום פערטען מאל! מאכט אייך צו אייער סיעט-בעלט, ווייל אונזער פרעזידענט מאכט נאך א 180° יו-טורן...

נאכ'ן לייקענען אז רוסלאנד האט זיך בכלל אריינגעמישט אין די 2016 אמעריקאנער וואלן, האט יעצט פרעזידענט טראמפ געזאגט פאר דזשעף גלאָר פון סי.בי.עס. אז ער האלט פוטין פערזענליך פאַראַנטוואָרטלעך פאר'ן קארופטירן די 2016 וואלן.

פרעזידענט טראמפ האט זיך אראפגעזעצט מיט דזשעף גלאָר פאר אן אינטערוויו, נאכ'ן באקומען אסאך היץ פאר'ן לייקענען די ברייט-אנגענומענע מסקנה אז רוסלאנד האט זיך ארייגעמישט אין די אמעריקאנער פאליטיק, א סקאנדאל וואס האט איבערגענומען טראמפ'ס פרעזידענטשאפט און מאכט אָן אינטערנאַציאָנאַלע העדליינס.

עס דארף קלארגעמאכט ווערן אז סיי די ראבערט מוללער אויספארשונג, סיי די יוסטיץ דעפארטמעט אויספארשונג, סיי די מסכנות פון פארשידענע אמעריקאנער אינטעלידזשענס אגענטורן, און סיי די אויספארשונג פון קאנגרעס און פון די סענאט קאמיטעען, זאגן אלע ווי איינער אז רוסלאנד האט זיך דערפאלגרייך אריינגעמישט אין די אמעריקאנער וואלן אין 2016. געוויסע זאגן אז זיי האבן זיך אויך אריינגעמישט אין פריעדיגע וואלן, און פראבירן ווייטער צו באאיינפלוסן די פאליטישע און ראסע ווינטן אין אמעריקע. דאס איז אויסער וואס עטליכע אייראפעישע לענדער האבן אויך געהאט ענליכע פראבלעמען מיט די רוסן.

טראמפ איז געווען דער ערשטער אלץ צו זאגן אז רוסלאנד האט זיך נישט געמישט אין די וואלן, און זיכער נישט פראבירט צו בייגן די וואגשאהל דוקא אויף זיין זייט. ווער רעדט נאך אז ער האט גאר געארבעט צוזאמען מיט די רוסן אין א קאנספיראציע צו באשווינדלען די אמעריקאנער וויילער פון זייערע שטימעס. ער האט קיינמאל נישט טאלערירט די געדאנק אז רוסלאנד האט זיך בכלל אריינגעמישט, ווייל דאס נעמט אוועק פון זיין "גרויסע געווינס" (עפעס מיט וואס ער איז פארנומען יעדעס מאל ער זעהר א מייקראפאון אדער קלאפט אויף זיין טוויטער אקאונט), ווייל ער האט געהאט א אומ'יושר'דיגע הילף איבער זיין אפאנענט.

דערפאר, און מעגליך אויך צוליב פארשידענע מעגליכקייטן וואס איז פארגעקומען אונטער פארשלאסענע טירן ביי די מאדנע סאמיט מיט די רוסישע פירער וולאדימיר פוטין, וואס מאנכע - אפילו רעפובליקאנער - גלויבן אז ער האט מעגליכע בלעקמעיל מאטריאל קעגן אונזער פרעזידענט און טוט דערמיט אונטערמינעווען זיין פאזיציע, האט טראמפ געזאגט ביי די פרעסע קאנפערענץ צוזאמען מיט פוטין, אז ער גלויבט פוטין ווי איידער זיינע אייגענע אינטעלידזשענס פּראָפעסיאָנאַלן.

דאן איז געקומען די פאליטישע איבערקערעניש, ווי אלע געזעצגעבער, קאמענטירער און דיפלאמאטן האבן פארפירט אז טראמפ האט זיך דערמיט בא'נער'ישט, אדער גאר באגאנגען פארראט! ער האט דאן צוריקגעצויגן, און זיך פארערנטפערט מיט א לצנות'דיגע תירוץ אז ער האט געמיינט צו זאגן אז ער גלויבט יא די אינטעלידזשענס קאמיוניטי און נישט פוטין (זעה ווידיא).

היינט צופרי האט ער ווידער געשפירט די געברויך צו צוריקדרייען (האט ער געהאט אן אינקאמינג קאל פון קאמעראד וולאדימיר?) האט ער געזאגט אז ער ווייסט אז די רוסן וועלן שוין מער נישט פראבירן צו טשעפענען די אמעריקאנער פרייהייט (זעה ווידיא).

אבער - ווי געשמועסט - טראמפ האט יעצט נאכאמאל ארומגעצירקלט, און געזאגט (זעה ווידיא אנליין אדער טעלעגראם) אז ער האלט פוטין פערזענליך פאַראַנטוואָרטלעך פאר די פארברעך.

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל