קאנסערוואטיווע קאנגרעסלייט האבן צוריקגעצויגן פון א רעזאלוציע צו אימפיטש דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין.

די פירער פון די קאנגרעס "פרידאם" קאוקעס, מארק מעדאוס פון צפון קאראליינע און דזשים דזשארדען פון אהייא, האבן נעכטן געהעכערט די פאליטישע טענער אין די רעפרעזענטאטן הויז, מיט'ן פארשטעלן א רעזאלוציע וואס וואלט געפירט צו די אימפיטשמענט פון דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין, וואס איז שטארק פארפיינטעט דורך קאנסערוואטיוון, זינט ער איז דער העכסטער באאמטער וועס קען אפשטעלן די ראבערט מוללער אויספארשונג קעגן טראמפ'ס קאלוזשאן מיט די רוסן אין די 2016 וואלן. די אפיציעלע טענה קעגן ראזענסטיין איז אז ער שטעלט נישט צו די פארלאנגטע דאקומענטן וואס איז געפאדערט געווארן ביי די פארהער סעסיע.

קאנגרעס ספיקער פאול רייען האט היינט צופרי געזאגט אז ער שטיצט נישט די רעזאלוציע, ווייל ראזענסטיין קאאפערירט יא מיט'ן צושטעלן דאקומענט, כאטש ער מעג פארבעסערן זיין קאאפאראציע.

יעצט קומט די נייעס פון קאפיטאל היל, אז די קאנסערוואטיווע קאנגרעסלייט האבן צוריקגעצויגן פון די רעזאלוציע, זעענדיג אז עס וועט האבן זערא שטיצע, אפילו פון די אייגענע רעפובליקאנער פארטיי.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל