פענסילוועניע – א קליינער אויפרייס האט נעכטן פאסירט ביי אן ארמיי באזע אין פענסילוועניע, וועלכע האט איבערגעלאזט פיר פארוואונדעטע, דריי פון זיי אין א קריטישן צושטאנד. דער אויפרייס האט פאסירט אין די "לעטערקעני ארמיי דיפאון" אין טשאמבערסבורג, פענסילוועניע, אין א גאראדזש וואו זעלנער פאררעכטן קארס און מיליטערישע טרעקלעך. דער אויפרייס האט געברענגט א גרויסן פייער, און די ארומיגע מיליטערישע איינריכטונגען זענען עוואקואירט געווארן. דאס פייער איז געברענגט געווארן גאנץ שנעל אונטער קאנטראל, אבער פיר וואס האבן זיך געפונען אינעם גאראדזש בשעת'ן אויפרייס, זענען פארוואונדעט געווארן. ווי די אויטאריטעטן זאגן, וועט די ארמיי און די ספעציעלע "סעיפטי און העלט אדמיניסטראציע" פונעם פענטאגאן אנפירן מיט דער אויספארשונג איבער'ן אויפרייס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל