פענסילוועניע – עס האט אים געדויערט 44 יאר, אבער עווענטועל האט אים דאס געפיל געכאפט, און ער האט באשלאסן ארויסצונעמען די פינף דאלאר פון טאש און באצאלן דעם פארקינג טיקעט. די פאליציי באאמטע אין מינערסוויל, פענסילוועניע זאגן, אז זיי האבן לעצטנס באקומען אן אינטערעסאנטן שטיקל פאסט, ווען אינעם ענוועלאופ איז געליגן פינף טאלער, 2 פאר'ן עצם פארקינג טיקעט וואס יענער האט באקומען אין 1974, און 3 פאר די "אינטערעסט" וואס איז געוואקסן אויפ'ן טיקעט אין לויף פון די 44 יאר. יענער האט נישט בייגעלייגט דעם טיקעט אדער אינפארמאציע, נאר זיך בלויז אידענטיפיצירט אלס "דעיוו", און בייגעלייגט א שילדערונג פון ווען ער האט באקומען דעם טיקעט. געדענקט: ס'איז קיינמאל נישט שפעט...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל