וואשינגטאן – די אמעריקאנער פעדעראלע רעזערוו האט געהויבן די אלגעמיינע אינטערעסט ראטעס מיט א פערטל פראצענט, צוליב וואס אפיציעלע ציפערן צייגן אז די עקאנאמיע איז אויף א גאר גוטן ארט, און מ'קען זיך שוין ערלויבן נאכצולאזן פון די פארזיכטיגקייט וואס מ'האט אנגענומען נאכ'ן 2009 פינאנציעלן קריזיס. די פעדעראל רעזערוו האט אויך געזאגט, אז זיי ערווארטן אז ארבעטסלאזיגקייט וועט היי יאר גרייכן צו א 39-יאר נידריגקייט, פאלנדיג צו בלויז 3.6 פראצענט – און דעריבער זענען זיי שוין נישט באזארגט אז דאס הייבן די אינטערעסט ראטעס וועט צוריקשלעפן און צוריקהאלטן דעם עקאנאמישן פאראויס-גאלאפ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל