מאסעטשוסעטס – איינוואוינער אין פיטשבורג, מאסעטשוסעטס האפן אז עס וועט זיי געלונגען צו ברעכן א רעקארד, דורכ'ן צוזאמשטעלן די וועלט'ס גרעסטע פאפירענע פליגער. די איינוואוינער ארבעטן אינאיינעם מיט'ן לאקאלן "ריוואלווינג מוזעאום", וועלכע האט ארויסגעשטעלט נעכטן א פאפירענעם פליגער וואס איז 64 פיס לאנג, אבער עס וועגט נאענט צו צוויי טויזנט פונט און מ'האט ניטאמאל פרובירט עס צו שיסן אין דער לופטן. די איינוואוינער זענען באזארגט אז דאס וועט ברענגען אז די "גינעס ווארלד רעקארדס" ארגאניזאציע וועט נישט וועלן אנערקענען דעם פליגער אלס די וועלט'ס לענגסטע פאפיר-פליגער, וויבאלד עס קען פאקטיש נישט פליען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל