ניו יארק – א פארפאלק זענען געווארן מיליאנערן, בלויז ווייל זיי האבן געזוכט צו "קראכן א הונדערטער". דער פארפאלק וואוינט אין דער בראנקס, און זיי זענען אריין אין א קליינע ליקער געשעפט, האבנדיג א הונדערטער באנקנאט און זוכנדיג צו באקומען קלענערס דערפאר. צו האבן אן אויסרייד צו באקומען רעשט, האבן זיי געקויפט א צוואנציג דאלערדיגן "מיליאן פארטשון" לאטערי טיקעט, אבער האבן זיך קיין סאך נישט געקימערט. שפעטער האבן זיי אפגעקראכט דעם טיקעט, און צו זייער שטוינונג און אומגעהויערע איבערראשונג, האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געווינען די אסטראנאמישע סומע פון פינף מיליאן דאלער! זיי פלאנירן צו נוצן דאס געלט צו העלפן פאמיליע מיטגלידער, און צו עפענען א בייק געשעפט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל