וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן באפרייען אין סיריע אן אמעריקאנער בירגער וועלכער איז ארעסטירט געווארן פאראיאר סעפטעמבער אויף פארדאכטן אז ער באלאנגט צו אייסיס. דער אמעריקאנער, וועמענס אידענטיטעט איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, איז נאכ'ן ארעסט געפירט געווארן קיין איראק פאר אויספארשונגען, און יעצט זאגט די רעגירונג אז זיי האבן נישט גענוג באווייזן. ער וועט פריי-געלאזט ווערן, אבער נישט אהיימגעברענגט ווערן קיין אמעריקע, נאר מ'וועט אים איבערלאזן אין סיריע – א שריט וואס די ליבעראלע "עי-סי-על-יו" רייסט אראפ, זאגנדיג אז די רעגירונג לאזט אים איבער צו שטארבן אין סיריע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל