וויליאמסבורג. - ניו יארק מעיאר דיבלאזיא האט איינגעהאלטן זיין פארשפרעכונג צו טוישן די גאנצע שטייער סיסטעם אין שטאט - און באשלאסן צו גרינדען א קאמיטע פאר די שווערע סענסיטיווע אונטערנעמונג

בילד




ווי שוין באריכטעט , האט די "טעקס עקוויטי ניו ניו יארק" גרופע אנגעהויבן א גאר אגרעסיווע קאמפיין צו טוישן די פראפערטי שטייערן אין ניו יארק סיטי, מיט דער טענה איז געגענטער פון טייערע ריעל עסטעיט צאלן רעלאטיוו ווייניגער שטייערן ווי געגנטער פון ביליגערע ריעל עסטעיט. דער קאמפיין נוצט אויך טענות פון ראסן דיסקרימינאציע, וויבאלד געגנטער פון שוואכע ריעל עסטעיט ווערדן זענען אפטמאל אזעלכע געגנטער מיט מער מינאריטעט איינוואוינער, און אויב דארט צאלט מען אנגעבליך מער שטייערן ווי אין ווייסערע רייכערע געגנטער איז דאס זייער נאנט צו אנדייטן מעגליכע דיסקרימינאציע.

וויליאמסבורג ווערט ספעציפיש דערמאנט דורך די גרופע, זייענדיג איינס פון די טייערסטע ריעל עסטעיט געגנטער אין גאנץ ניו יארק און אפילו אמעריקע.

אבער די גרופע זאגט אז די פראפערטי שטייערן זענען נישט אין איינקלאנג מיט די הויז ווערדן, אויסקומענדיג צו ארום $2,403 פער מיליאן דאלאר אין פראפערטי ווערדן, וואס איז לויט די גרופע די נידעריגסטע ראטע אין ניו יארק סיטי פער-מיליאן דאלאר ווערד. דאקעגן אין די בראנקס, וואו הייזער זענען ווערד פילפאכיג ווייניגער, צאלט מען איבער צוועלף אלפים פער מיליאן דאלאר ווערד.

ארגינעל גייט דער פראבלעם צוריק שוין ווייניגסטנס ביז 1981, ווען א נייע סטעיט געזעץ האט געלייגט א "קעפ" ביז וויפיל פראפערטי שטייערן קענען ארויפגיין פער יאר - אבער די "קעפ" איז נאר געווען אויף פריוואטע הייזער, נישט ביי געביידעס מיט 10 יוניטס אדער מער. עווענטועל זענען פריוואטע הייזער זייער שטארק ארויף אין ווערד, און גרויסע געביידעס נישט אזוי שטארק, האט דער "קעפ" געפירט צו א שטארקע אומבאלאנץ אין די אפעקטיווע ראטע פון פראפערטי שטייערן.

מעיארן דינקינס און דזשוליאני האבן נאך גערעדט דערפון, אבער נישט אויסגעקומען צו נעמען שריט דערוועגן. מעיאר בלומבערג האט נישט גערעדט דערפון. מעיאר דיבלאזיא רעדט יא דערוועגן מער ערנסט ווי סיי וועלכער אנדערער מעיאר, און ער האט צוגעווארט א שטיק צייט זיך צו נעמען דערצו.

יעצט האט ער געמאלדן די גרינדונג פון א נייע "ראטגעבער קאמיטע" וואס זאל גרונטליך אנאליזירן די גרופע'ס קאמפלעינטס, צי וויליאמסבורג האט טאקע די ביליגסטע-פער-מיליאן-ווערד שטייערן אין די סיטי, און וויאזוי דאס שטעלט זיך אויס איבער די גאנצע שטאט.

די קאמיטע ווערט אנגעפירט דורך וו. ברין און מ. שאו, צוזאמען מיט די מיטגלידער ד. אקלעירעקעין, פ. מישעטי, דזש. פעראט, ג. ראדני און ע. וועלעז. די דריי הויפט באאמטע פון ניו יארק סיטי פינאנץ דעפט. וועלן אויך זיין אויף די קאמיטע אבער נישט מיט שטים-רעכטן.

מעיאר דיבלאזיא האט באגריסט די ווייטערדיגע שריט, זאגנדיג אז "פאר צו לאנג האבן ניו יארק סיטי שטייערצאלער זיך געדארפט ספראווען מיט א פראפערטי שטייער סיסטעם וואס איז צו קאמפליצירט און שפירט זיך אומ'יושר'דיג. ניו יארקער דארפן א טויש אין פראפערטי שטייערן, און די קאמיסיע וועט אונז פירן אויפ'ן וועג דאס צו דערגרייכן."

די פראגע איז, וויאזוי דער וועג וועט אנקומען קיין וויליאמסבורג, וואס איז לויט די דערמאנטע גרופע די מערסטע אומבאלאנצירט אין געביט פון פראפערטי שטייערן קעגן מער ארימע געגנטער. אין קורצן: וויפיל מעגן שטייערן אין וויליאמסבורג ארויפגיין עס זאל שוין נישט הייסן "אומ'יושר'דיג" לויט די שטאטישע באאמטע?


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל