אונגארן - אן עקסטרעם רעכטער פיגור האט געווינען א מערהייט פון די נאציאנאלע וואלן אין סלאוועניא, ברענגענדיג דערמיט די כוואליע פון רעכטע פאפוליסטן צו איבערנעמען נאך א לאנד אין אייראפע. די זיג פון דעם סלאווענישע נאציאנאליסט ווערט צוגעשריבן צו די קרעדיט פון דעם אונגארישן רעכטן פרעמיער מיניסטער וויקטאר אורבאן, וואס האט קאמפיינט פאר דעם רעכטן קאנדידאט, און געווארענט אז אויב זאל דער רעכטער פליגל פארלירן די וואלן וועט דאס באדייטן די פארניכטונג פון די סלאוואנישע פאלק.

בילד




אין די פארגאנגענע צוויי יאר האבן עטליכע ביזנעס לייט נאענט צו דעם אונגארישן פרעמיער מיניסטער אנגעהויבן אויסשפרייטן זייער רעכטע נאציאנאליסטישע אגענדע אין די לענדער ארום אונגארן, וואו זיי האבן געעפענט מידיא סטאנציעס צו פארשפרייטן פראפאגאנדע און ארלאמירנדע באריכטן צו שטופן פאראויס זייער אגענדע. נאענטע ראטגעבער צו דעם אונגארישן פרעמיער מיניסטער האבן די פארלאפענע יאר באזוכט אין וואשינגטאן, זיך צו טרעפן מיט סטיוו בענאן, דער געוועזענער הויפט ראטגעבער צו דעם אמעריקאנער פרעזידענט. די אונגארישע נאציאנאליסטן האבן דיסקוסירט זייערע פלענער צו עפענען א נאציאנאליסטישע וועבזייטל, אויף דעם זעלבן גאנג וואו די ברייטבארט נייעס, וואס איז געווארן אנגעפירט דורך בענאן.

אין די פארלאפענע יארן האבן פאפוליסטישע נאציאנאליסטישע פארטייען זיך געשטארקט אין אייראפע, אנגעהויבן פון די ברעקזיט קאמפיין אין ענגלאנד, און זיגרייכע אנטי אימיגראנט קאמפיינען אין אונגארן, עסטרייך און איטאליע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל