גוישען- אָרענדזש–קאַונטי וועט אָפּהאַלטן אַ ריעל עסטעיט שטייער פאָרקלאָוזשער ליציטאַציע דעם קומענדיגן מאָנטאָג יוני 11, אָנגעהויבן אום 10 אַזייגער פאַרמיטאָג ביי איר עמוירדזשענסי סערוויסעס צענטער אין 22 וועלס– פאַרם ראָוד אין גוישען. מען קען באַקומען אַ געדרוקטע ליציטאַציע בראָשור וואָס אַנטהאַלט די גאנצע ליסטע פון באָדנס, דורך אַריינקומען צו אָרענדזש קאַונטי'ס ריעל פּראָפּערטי אָפיס אויף 124 מעין סטריט אין גוישען אָדער אין סי וועלכע טאַון–קלוירק'ס אָפיס אין אָרענדזש קאַונטי. אויך קען מען ערהאַלטן די בראָשור דורך רופן 1-800-243-0061.

בילד




מענטשן וועלכע זענען אינטערעסירט אין קויפן ריעל עסטעיט ביי די ליציטאַציע זענען אויפגעפאָדערט אויסצוהערן צו אַ פאָראויס רעקאָרדירטע טעיפּ. די סעמינאַר ווערט ערמעגליכט דורך פירמע פאָרשטייער און איז נוצליך פאַר די וועלכע באַטייליגן זיך אין די קאַונטי'ס ליציטאַציע פאַר די ערשטע מאָל. עס איז אַן איבערבליק פון די ליציטאַציעס 'טערמינען און אומשטענדן' און נוצבאַרע עצות אַרויסצוהעלפן 'בידערס' צו ווערן מער אינפאָרמירטע קונים. די ליציטאַציע טאָג רעגיסטראַציע וועט זיך אָנהייבן אום 8 אַזייגער פאַרמיטאָג. פּאָטענציעלע 'בידערס' מוזן זיך רעגיסטרירן דורך אונטערשרייבן די "טערמינען און אומשטענדן פון די אָקשען", צושטעלן אַ פאָטאָ איי די ווי אַ דרייווער'ס לייסענס אָדער פּאַספּאָרט און צושטעלן זייער סאָשעל סעקיוריטי נומער איידער זיי באַקומען אַ 'בידדינג' נומער. ביזנעסער וועלן דאַרפּן ברענגען אַ קאָפּיע פון זייער "אי– איי–ען" נומער, אַ קאָפּיע פון די סטעיט אינקאָרפּאָרעישאָן פיילינג–רעסיט, און אַ פירמע רעזאָלוציע וואס אויטאָריזירטדעם רעגיסטראַנט צו 'בידן'. דער 'דיעד' וועט ארויסגעגעבן ווערן אויפ'ן נאָמען וואָס איז אויף די רעגיסטראַציע, און די אייגענטימערשאַפט פון די באָדן וועט נישט אַריבערגעפירט ווערן ביז דער 'דיעד' איז רעקאָרדירט אין די אָרענדזש–קאַונטי קלוירק'ס אָפיס. סוקסעספולע 'בידערס' וועלן פאַרלאַנגט ווערן זאָפאָרט צו געבן אַ דעפּאָזיט פון 1,000 דאָלער אָדער 20 פּראָצענט פון די טאָטאַלע קאָנטראַקט פּרייז בשעת אַנטיילנעמען אין די ליציטאַציע. די דעפּאָזיט מוז באַצאָלט ווערן דורך קעש, באַנק–טשעק, מאָני–אָרדער אָדער קרעדיט–קאַרד)בלויז מעסטערקאַרד אָדער וויזע (ווען אַ באַנק– טשעק אָדער מאָני–אָרדער ווערט גענוצט פאַר די דעפּאָזיט, מוזן עס אויסגעשטעלט ווערן צו: אָרענדזש–קאַונטי קאָמישאָנער– אָוו–פיינענס, אָן קיין אינדאָרסירונג. ביזנעס–טשעקס און פּערזענליכע–טשעקס ווערן נישט אנגענומען. אַלע באָדנס ווערן פארקויפט "אַזוי ווי עס איז", און באַאַמטע שלאָגן פאָר פּאָטענציעלע 'בידערס' צו פאַרענדיגן זייער פאָרזיכטיגע אונטערזוכונג איידער די 'בידינג' ביי די ליציטאַציע.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל