וואשינגטאן – איר וואלט קיינמאל נישט געקלערט צו הערן די ווערטער, אבער עס איז פארט א פאקט, די טראמפ אדמיניסטראציע טוט צו אגרעסיוו אינפארסירן די אבאמאקעיר רעגולאציעס. דאס האט מען נעכטן געהערט פון א גרופע פון גרויסע ביזנעס אסאסיעשאנס, אריינגערעכנט די נעשאנעל ריטעיל פעדערעישאן, אז "די טראמפ אדמיניסטראציע באגייט זיך מיט אומלעגאלע און אגרעסיווע שריט" צו אינפארסירן אבאמאקעיר, ספעציפיש דאס וואס די איי-אר-עס האט אנגעהויבן שיקן גרויסע שטייער בילס פאר ביזנעסער וועלכע האבן נישט צוגעשטעלט העלט אינשורענס געהעריג פאר זייערע ארבעטער, לויט ווי אבאמאקעיר פארלאנגט. אין אנדערע אבאמאקעיר נייעס, האט מען נעכטן געהערט אז ווירדזשיניע וועט ענדליך אויסברייטערן מעדיקעיד דעקונג, אונטער אבאמאקעיר'ס רעגולאציעס, וואס באדייט אז פרישע 400,000 ארטיגע איינוואוינער וועלן קריגן דעקונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל