פיאנגיענג. - צפון קארעא זאגט, אז פרעזידענט טראמפ האט זיך פארפליכטעט צו קים יאנג אן, אז דאס אוועקנעמען די נוקלעארע וואפנס פון צפון קארעא, וועט גיין צעביסלעך אויף שטאפלען. לויט די צפון קארעא באריכטן, האט טראמפ מסכים געווען, אז יעדעס מאל וואס צפון קארעא וועט צייגן אז זי טוט א שריט פטור צו ווערן פון אירע נוקלעארע וואפנס, וועט אמעריקע זיי קעגנקומען און אויך טאן א שריט ארויסצוהעלפן צפון קארעא מיטן אראפנעמען סאנקציעס.

צפון קארעא זאגט, אז קים און טראמפ האבן איינשטימיג מסכים געווען, אז דאס איז דער בעסטער וועג אויפצובויען א צוטרוי צווישן ביידע לענדער. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז די צפון קארעא מידיא באריכטעט, אז קים יאנג אן האט אקצעפטירט טראמפ׳ס איינלאדענונג צו באזוכן וואשינגטאן. דער צוזאמטרעף צווישן טראמפ און קים אין וואשינגטאן, וועט זיין די צווייטע מיטינג צווישן די צוויי, און טראמפ האט געזאגט אז עס וועלן זיך נאך אויספעלן אפאר אזעלכע זיצונגען. צפון קארעא מידיא האט אויך באריכטעט, אז פרעזידענט טראמפ האט אקצעפטירט קים יאנג אן׳ס איינלאדענונג צו באזוכן אין צפון קארעא׳ס הויפטשטאט פּיאנגיענג.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל