וואשינגטאן - די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן נאכאמאל דערקלערט מיט א קלארקייט, אז די אויסברוך פון אי-קאליי אין ראומעין לעטוס, איז פאראיבער. די רעגירונג געזונטהייט באאמטע האבן שוין דריי וואכן צוריק געזאגט, אז מ'קען שוין אנהייבן עסן די לעטוס, וויבאלד די אנגעשטעקטע לעטוס איז שוין אראפ פון די שעלווס, אבער יעצט זאגן זיי נאכאמאל קלאר און דייטליך, אז ס'זענען מער נישט געווען קיין נייע קעיסעס אין די לעצטע פאר וואכן. דער גאנצער אויסברוך האט געפירט צו 210 אנגעשטעקטע לענגאויס 36 סטעיטס, אריינגערעכנט 96 וועלכע האבן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונגען, און 5 פאטאליטעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל