וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן ארויסגעגעבן א וויכטיגן אורטייל, וועלכע קען אפעקטירן וואל-רעגיסטראציע פראצעדורן איבער'ן לאנד. דער אורטייל איז געווען איבער א סיסטעם אין אהייא, וועלכע זאגט אז אויב א רעגיסטרירטער וויילער נעמט נישט אנטייל ביי וואלן פאר עטליכע יאר, ווערט אים געשיקט א דערמאנונגס נאטיץ, און אויב רעאגירט ער נישט, ווערט ער אויטאמאטיש אראפגעווארפן פון די רעגיסטראציע ליסטעס. וויילער-רעכטן אקטיוויסטן האבן געקלאגט מיט דער טענה, אז דאס פארלעצט די וואל-רעכטן געזעצן און אויך דיסקרימינירט עס מער קעגן מינאריטעטן און ארימע – אבער דער סופרים קאורט האט געאורטיילט אז דער אהייא סיסטעם איז אויסגעהאלטן.

דאס וועט מעגליך פירן דערצו אז סטעיטס איבער'ן לאנד זאלן מאכן שטרענגער זייערע פארשריפטן אויף דעם געביט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל