וואשינגטאן. – די אמעריקאנער רעגירונג זאגט, אז אמעריקע וועט אויסשטיין אן ערנסטע מאסיווע סייבער אטאקע אין די קומענדיגע 5 יאר, וואס וועט פארקריפלען דאס לאנד. די ווארענונג איז געקומען פון פעדעראלן ענערגיע סעקרעטאר ריק פּערי, וועלכער זאגט אז ס׳איז קריטיש וויכטיג אז די רעגירונג זאל אונטערנעמען טעכנאלאגישע ערפינדונגען, זיך צו באשיצן פון די סארט מאסיווע סייבער אטאקעס. פערי האט אויך געזאגט, אז אין יאר 2017 האט אמעריקע געליטן צווישן 50 און 100 מיליאן דאלאר שאדנס אלס רעזולטאט פון פיינטליכע סייבער אקטיוויטעטן, און די ציפערן וועלן נאר שטייגן מיט יעדן איינציגן יאר וואס קומט, סיידן מ'וועקט זיך אויף און מ'נעמט אונטער די נויטיגע שריט צו באשיצן דאס לאנד אויפ'ן סייבער פראנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל