דעלאוועיר – פאליציי אין דאווער, דעלאוועיר האבן ארויסגעגעבן א ביטע, אז זיי ווילן וויסן ווער עס האט איבערגעלאזט אדער פארגעסן א הויז אינמיטן א שאסיי. די לאקאלע פאליציי זאגן, אז עמיצער האט נעכטן אראפגעלאדנט פון א טרעילאר א גרויסע "פּרי-פאבריצירטע" היים, אינמיטן א לאקאלן צוויי-ליניע שאסיי, און עס טוט בלאקירן טראפיק. "אויב דער אייגנטימער פונעם הויז וועט זיך נישט מעלדן ביז צוויי טעג, וועט מען מוזן נעמען דאס הויז אונטער "ארעסט", און עס קאנפיסקירן אלס פארמעגן פאר די פאליציי דעפארטמענט'ס קאסע," זאגט די פאליציי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל