מאסקווע – א מוזעאום וועלכע שטודירט געוועזענע סאוויעטישע טורמע לאגערן האט געמאלדן, אז זי האט געטראפן א געהיימע פארארדענונג וואס די רוסישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן אין יאר 2014, אז די רעקארדס פון ארעסטאנטן וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין די רוסישע "גולאגס" זאלן פארניכטעט און אויסגעמעקט ווערן. אלעס אינאיינעם זענען ארום זיבעצן מיליאן מענטשן אפגעזעסן אין די רוסישע גולאגס, וועלכע האבן עקזיסטירט אין לויף פון די 1930'ער יארן און 1940'ער יארן – און עס איז קלאר אז רוסלאנד האט פארארדענט דאס אויסמעקן די רעקארדס, וועלנדיג פארווישן איר טונקעלע פארגאנגענהייט. די מוזעאום פראפעסארן זאגן אז דאס וועט מאכן גאר שווער ארויסצוהאבן גענוי וואס ס'האט פאסירט אין די גולאגס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל