אנאליז: די רעזיגנאציע פון ריכטער ענטאני קענעדי

ברייטע אנאליז איבער די רעזיגנאציע פון זשאסטוס 'ענטאני קענעדי': וואס איז די גרויסע שמחה ביי די קאנסערוואטיווע קרייזן איבער פרעזידענט טראמפ'ס צווייטע מעגליכקייט אריינצושטעלן א נייע ריכטער אינעם סופרים קארט

בילד



עס איז הימל און ערד און סופרים קארט... און פארגעסט'ס נישט פון אונזער הויפט מחותן.., חתן דינן, מר דאנעלד דשעי. טראמפ ירים הודו.., (איך ווייס נישט וויפיל נאך עס איז שייך אים צו ירימ'ען... עס זאל נאר נישט שאטן קיין עין הרע...), עס האט זיך אנגעהויבן מאנטאג מיטן קנאקעדיגן און הילכיגן פסק לטובת פרעזידענט טראמפ'ס טראוועל פארבאט אויף בירגער פון מוסלעמענער לענדער, ווען דער פולע סופרים קארט פאנעל אריינגערעכנט דער ארויסגייענדיגע קענעדי האט געאורטיילט 5 צו 4, אז פרעזידענט טראמפ האט די פולסטע מאכט אלט'ס פרעזידענט צו פארבאטן סיי וועם ער וויל פון אריינקומען אין די פאראייניגטע שטאטן, אויב עס איז אין די זיכערהייט אינטערעסן פון אמעריקע, און דער געריכט האט געאורטיילט אז ביי דעם פאל טוט עס דער פרעזידענט הונדערט פראצענט לטובת די זיכערהייט אינטערעסן פון דאס לאנד. דער קלארע און ענדגילטיגע פסק האט אפגעדונערט איבער גאנץ אמעריקע, ווען דער סופריס קארט האט מיט דעם געענדיגט א לאנג פארצויגענע געריכט געראנגל איבער פרעזידענט טראמפ'ס טראוועל פארבאט, און אצינד איז עס הונדערט פראצענט לעגאל באשטעטיגט דורכן געריכט. דאס האט אנגעהויבן די וואך פאר די רעפובליקאנער מיט א זייער זיסע טעם אין מויל, אפהאלטענדיג א מעכטיגן ניצחון איבער די דעמאקראטן אויף א וויכטיגע אישו.

דאס האט נאכגעפאלגט נעכטן מיטן מעכטיגן ניצחון פון די אינדאסטעריאלן אקעגן די יוניאנ'ס, ווען דער סופרים קארט האט אומצוויידייטיג געאורטיילט, אז די אלט געזעסענע ארגאניזירטע רויבערייען פון די מאכטפולע לעיבאר יוניאנ'ס איבערן לאנד איז געקומען צו א ענדע. ביז היינט איז געווען גילטיג א פסק פונעם סופריס קארט פון 41 יאר צוריק, אז לעיבאר יוניאנ'ס וואס פארטרעטן אנדערע גרופעס וואס האבן קיינמאל נישט געבעטן פונעם לעיבאר יוניאן זיי צו פארטרעטן, אבער געניסן למעשה פון זייער פארטרעטערשאפט און פון זייערע אויפטו'נגען, למשל ווען זיי קעמפן אויס בעסערע געהאלטן פאר זייערע יוניאן אנגעשלאסענע וכדו', זענען מחיוב צו באצאלן פאר די לעיבאר יוניאן כאטשיג עפעס א באצאלונג, דער דאזיגע 'סופרים קארט' פסק האט געהאלפן פאר די לעיבאר יוניאנ'ס איבערן לאנד צו געוועלטיגן איבער גאנץ אמעריקע ביד רמה, ווי אימער זיי האבן עפעס אויפגעטון אין א געוויסע געגענט אדער אינדעסטרי, זענען אלע סארט יוניאנ'ס שוין געווען מחיוב זיי צו באצאלן כאטשיג עפעס פארדעם, אריינגערעכנט גאווערמענט יוניאנ'ס אדער מינאריטעטן יוניאנ'ס וכדו'. אצינד האט די יעצטיגע קאנסערוואטיווע סופריס קארט, נאך אלץ אריינגערעכנט דזשאסטוס ענטאני קענעדי, געאורטיילט אקעגן דער אלטע סופרים קארט פסק, און האט דאס איבערגעדרייט מיט א נייע פסק וואס זאגט קלאר אז רעגירונג יוניאנ'ס אדער ענליכע סארט יוניאנ'ס זענען מער נישט מחיוב גארנישט צו באצאלן פאר די לעיבאר יוניאנ'ס, אויב האבן זיי נישט געבעטן פון די לעיבאר יוניאן זיי צו רעפעזענטירן, דאס איז געווען א שטארקע פרא ביזנעס און פרא ארבעטער פסק, אקעגן דער אלטע דעמאקראטישע ארגאניזירטע רויבעריי וועג פון ארויספרעסן ריזיגע געלטער פון אלע סארטן יוניאנ'ס פאר זייערס וועגן.

פאר מיר גייען צו די הויפט נייעס, די רעטייערמענט פון דזשאסטוס ענטאני קענעדי, איז וויכטיג מדייק צו זיין אין נארוואס געשריבענע נייעס, נעמליך, אז מיר האבן שוין פארמאגט זייער א קאנסערוואטיווע געריכט נאך איידער די רעזיגנאציע פון ריכטער קענעדי, דהיינו, אז אפילו יעצט, נאך איידער פרעזידענט טראמפ וועט אריינשטעלן א נייע גאר קאנסערוואטיווע ריכטער, איז שוין די געריכט געווען גערעכנט פאר זייער קאנסערוואטיוו, וואס דארפט איר מער פון דעם, דער יעצטיגער
געריכט האט איבערגעדרייט א באשלוס פונעם העכסטן געריכט פון 41 יאר צוריק...! דאס טייטש, אז דער יעצטיגער צוזאמשטעל פונעם געריכט, אריינגערעכנט מיט ענטאני קענעדי, איז זייער קאנסערוואטיוו, על כל פנים זיי פארמאגן דארט א שטארקע און קלארע רוב, דהיינו 5 צו 4, און זיי קריגן די שטיצע כמעט אויף יעדע וויכטיגע קאסערוואטיווע אישו. דאס איז וויכטיג אויסצושמועסן, ווייל פארשידענע נייעס סטאנציעס זענען נעכטן געווען פארנומען, אז ענדליך יעצט וועט טראמפ האבן א ריכטיגע 5 צו 4 קאנסערוואטיווע געריכט, וואס דאס איז קלאר נישט ריכטיג, ווייל דאס האט ער שוין יעצט אויך פארמאגט, די איינציגע חילוק איז דער קליינע 'כמעט'.., וואס ווי דערמאנט איז קענעדי מיטגעשטאנען מיט די קאנסערוואטיוון אויף 'כמעט' אלע וויכטיגע אישוס, אבער דאך איז געווען ממש געציילטע קאנסערוואטיווע אישוס וואס ער האט נישט אינגאנצן געשטיצט, און יעצט אז טראמפ וועט קענען אריינשטעלן א 'עכטע' קאנסערוואטיווע ריכטער, וועט עס זיין א מושלם'דיגע קאסערוואטיווע 5 צו 4 געריכט.

און דא קומען מיר צו צום עיקר פונקט, דהיינו, וואס איז די גרויסע שמחה פון די קאנסערוואטיוון. וועלן מיר עס מסביר זיין. היסטאריש, האבן די קאנסערוואטיוון אלץ געהאט א מערהייט אינעם העכסטן געריכט, און טאקע אזא סארט איין שטימע אויבערהאנט, 5 צו 4, זייט די צווייטע וועלט קריג פאר זיבעציג יאר צוריק, האבן די ליבעראלן קיינמאל נישט געהאט מער פון 4 ריכטער אויפן העכסטן געריכט, און טיילמאל אפילו נאר דריי ריכטער, מיט איין זעלבסט שטענדיגער ריכטער וואס שטימט אסאך מאל אזוי און אסאך מאל אזוי, דעריבער, אויב וועט איר קוקן אויף די העכסט געריכט טרעק רעקארד פון די לעצטע 70 יאר, וועט איר טרעפן ווייניג ליבעראלע באשלוסן, און אויב עפעס וועט עס זיין אויף נישט אזא צענטראלע קאנסערוואטיווע טעמע, ווי למשל די אויבנדערמאנטע יוניאן פסק לטובת די יוניאן וכדו', וואס פארשידענע רעפובליקאנער ריכטער האבן געקענט אויך קוקן לטובת די ארבעטער יוניאנ'ס וכדו', אבער ווען עס איז געקומען צו קארדינאלע קאנסערוואטיווע אישוס, ווי למשל וויפיל מאכט די סטעיט'ס האבן אקעגן די פעדעראלע רעגירונג, וועט איר נישט טרעפן אפילו איין קעיס ווי די פעדעראלע רעגירונג האט געווינען...! נאר אלץ געווינען די סטעיטס, וכו' וכו' וכו', אלע עכטע רעפובליקאנער אישוס, און והעולה על כולנה געדענקט זיך נאך גאנץ זיכער אין די ביינער ביי רוב ליינער, ווען די סופריס קארט האט אין 2000 דערלאנגט דער פרעזידענטשאפט פאר פרעזידענט בוש, כאטשיג גאור האט געקעמפט מיט א שטארקע קאנסערוואטיווע קעיס, נעליך אז דער געריכט קען נישט אריינדעדן אין א אינערליכע פלארידע סיטואציע, דאך אבער האבן אלע פינעף קאסערוואטיוון געשטימט צו געבן די פרעזידענטשאפט פאר בוש.

דאס אז די קאנסערוואטיון זענען שוין די לעצטע 70 יאר ביים רעדעל איז נישט עפעס א אמעריקאנע טראדיציע.., כאטשיג וואס טייל קוקן עס יא אזוי אן, נאר עס איז פשוט געווען זייער מזל, פערצופאל האבן זיי אלט'ס געהאט פרעזידענטן אינעם ווייסן הויז וואס זאל אנפילן דעם קאנסערוואטיווער חלל, ווי נאר איין אזאנס האט זיך געשאפן, וואס דארפט איר מער פון דעם, אלע לעצטע פיר הויפט ריכטער'ס זענען אריינגעשטעלט געווארן דורך רעפובליקאנער פרעזידענטן, 'עראל ווארן' דורך פרעזידענט אייזענהאוער אין 1953 , 'דשאן בערגער' דורך פרעזידענט ניקסאן אין 1969 , 'וויליאם רהענקוויסט' דורך פרעזידענט רעיגען אין 1986 , און דער יעצטיגער הויפט ריכטער 'דזשאן ראבערט'ס' דורך פרעזידענט בוש אין 2005 , דאס צייגט אויף זייער גוטן מזל, ווי אזוי זאכן האבן זיך אויסגעשטעלט אלץ לטובתם. און היות רוב פרעזידענטן שטעלן נישט אריין מער ווי צוויי דשאסטוס'ער אין איין קאדענץ, איז קיינמאל נישט אויסגעקומען פאר די דעמאקראטן עס צו קענען טוישן, למשל, פרעזידענט קלינטאן האט טאקע אריינגעשטעלט צוויי געזונטע (אידישע) ליבעראלן, אבער תיכף דערנאך האט פרעזידענט בוש אריינגעשטעלט צוויי קאנסערוואטיוון, ממילא האט זיך גארנישט געטוישט.

איין געלעגענהייט האט זיך יא געמאכט פאר די ליבעראלן צו טוישן די געריכט, און דאס איז געווען מיט צוויי יאר צוריק אונטער פרעזידענט אבאמא, וואס נאכדעם וואס ער האט שוין באוויזן אריינצושטעלן זיינע צוויי ליבעראלע ריכטער, איז געשטארבן איינע פון די גרעסטע קאנסערוואטיווע לייבן, ריכטער אנטאניא סקאליא, און דאן האט זיך געמאכט א געלעגענהייט פאר פרעזידענט אבאמא אריינצושטעלן נאך א ריכטער, און ענדליך צו טוישן די קלימאט אינעם געריכט. ווי נאר די רעפובליקאנער האבן דאס דערשמעקט, האבן זיי געעפענט א וויי געשריי איבערן גאנצן לאנד, ס'טייטש? מען גייט טוישן די היסטארישע מערהייט וואס די קאנסערוואטיוון האבן אלץ פארמאגט אינעם געריכט..? זיי האבן אזוי שטארק געלארעמט, אז סתם מענטשן האבן באמת געטראכט אז מן הסתם שטייט אזוי אין די קאנסטעטוציע.., אז די קאנסערוואטיוון מוזן קאנטראלירן די העכסטע געריכט..., למעשה האט זיך פרעזידענט אבאמא דערשראקן פון די רעפובליקאנע אנגריף, און איז נישט פאראויס געגאנגן מיט די נאמינאציע, כאטשיג וואס ער האט שוין פאקטיש געהאט נאמינירט איינעם פאר די פאזיציע, איז עס אבער נישט געגאנגן אין ערגעץ, צוליב די רעפובליקאנע קעגנערשאפט.

תיכף נאך זיין איינשווערונג, האט פרעזידענט טראמפ אריינגעשטעלט אינעם העכסטן געריכט ריכטער גארסיטש, אזוי אז דער היסטארישע קאנסערוואטיווע מערהייט איז ב"ה געראטעוועט געווארן, ווידער אום יעצט, נאכדעם וואס ריכטער קענעדי האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע, טוישט זיך בעצם גארנישט, ווייל א קאנסערוואטיווער רעזיגנירט און מען וועט אריינשטעלן א קאנסערוואטיווער, חוץ פון אונזער אויבנדערמאנטע קליינע חילוק אז אצינד וועלן זיין פינעף 'עכטע' קאנסערוואטיוון. אבער למעשה איז נישט אזוי, וויל דאס אז עס איז געלונגן פאר פרעזידענט טראמפ אריינצושטעלן זיין צווייטער ריכטער שוין אזוי פרי ווי זיין צווייטער יאר, פארגרעסערט עס גאר שטארק די שאנס אז ער וועט אויך קענען אריינשטעלן א דריטער רעפובליקאנער ריכטער, וואס דאס וועט טאטאל ברעכן די באלאנס אינעם העכסטן געריכט, מאכנדיג עס א 6 צו 3 קאנסערוואטיווער געריכט, וואס דאס וועט באמת זיין א היסטארישע מאמענט פאר די רעפובליקאנער, און פראבירן זאלן דאן די דעמאקראטן צו פארפירן אז מען ברעכט די היסטארישע באלאנס פונעם געריכט..., נע, ווער וועט זיי אויסהערן.., עס שטייט דאך נישט אין די קאנסטיטוציע....

ווי איז דאס געשעהן?
זעה Washington, DC, USA אויף גוגל מעפס

אלע לעבעלס

א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אבדולא יאמין אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא אהרן בנציון ווידער או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אודע לאנדבאוער אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אומאר על-ראזאז אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אושען אינפיניטי אזיע אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג אידישע הויפן איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייווארי קאוסט אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אילעין טשאו אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערפאל אינסטעגראם אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אכסאן איקבאל אל-על אלאבאמא אלאסקע אלאסקע עירליינס אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלבערטא פודשימארי אלדזשיריע אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלי לארידזשאני אליבאבא אלידזשיענט עיר אליווער נארט אלכסנדר אקאסטא אלען דערשאוויץ אלעקס אזאר אלעקס וואן דער זעוואן אלעקסאנדער דאונער אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטי-טראסט אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסאסיעטעד פרעס אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפעק אפקויפן און פאראייניגונג אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארטיפישעל אינטעלידזשענס ארי ווייזער אריזאנע אריטריע ארכעאלאגייע ארמעניע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא בארבארא אנדערוואוד באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בזק בי-1-בי בי-ענד-עידזש בי.בי.סי. בי.עם.דאבעליו בי.פי. ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל לארקין ביל קלינטאן ביל קעסידי בילדער בינגאו בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעל התניא בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בעסט ביי בערל לאזאר בערני סענדערס בערקשייער בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען ראסס ברייען שאטז ברית מילה ברסלב ברעד לענדער ברעד פארסקעיל ברעט קעווענאו ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס גייקא געזונט געזעץ געזעץ ענפארסעמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרינע פארטיי גרעב גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניק ראפּיני דאמיניקען רעפובליק דאן מעקגעהן דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד בירנבוים דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאול דזשיאמברא דזשאוסעף פערקאוקאו דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טאורי דזשאן טעילאר דזשאן טעסטער דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן פאדעסטא דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנאטאן פאלארד דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשאסטין טרודא דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש לעטימאר דזשארדזש סאראס דזשארדזש עידזש.דאבעליו. בוש דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשומאן וויליאמס דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים אקאסטא דזשים בריידענסטין דזשים דזשארדען דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשינע העספעל דזשעב הענסערלינג דזשעט-בלו דזשעי אינסלי דזשעי סעקולא דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אינהאף דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשעיקאב זומא דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעפרי בערמאן דזשעקי ספּייער דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעביטיס דייעט דייען פיינסטיין דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען העללער דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דיק דורבין דירות דירעגולאציע דניאל העקסטער דעב פישער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד איגעי דעוויד דיוק דעוויד יאנסי דעוויד שאלקין דעווין נונעז דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעלטשי ראדריגעז דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דעמיטריאס פאגורטסיז דען דאנאווען דען קאוטס דעניעל אורטעגא דעניעל נייגרא דענמארק דער בלאט דער יוד דער שטערן דעראל אייסא דראגס דראון דרום אפריקע דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשאן פרילי דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט דשערי-מענדערינג האוואאי האוזינג האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האוערד שולץ האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האני מאליקי האניוועל האפינגטאן עקאנאמיע האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין מאריא האריקעין סענדי הדס גאלדפארב הואן קארלאס ווארעלא הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערטז הערי ווילסאן העשי טישלער השגחה פרטיות וואו עיר וואודי דזשאנסאן וואולקאן וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואנג איע וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין ווארען באפעט וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידעא וויזא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקטאר אורבאן וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועיז וועימא וועלט האנדלס ארגאניזאציע וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זי.טי.אי. זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זעליאז אנדריוו זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חיים דייטש חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאזשיקסטאן טאיאטע טאליבאן טאם גערעט טאם וואולף טאם טיליס טאם מארינאו טאם סטייער טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאם שענאן טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארא קאונאו טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טורקמעניסטאן טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים דרעיפער טים מורפי טים רייען טינא סמיט טעאדאר אלסאן טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ פאנדעישאן טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעי גאודי טרעיאן ווייט טרעפיק באריכט טשאד טשאק גרעסלי טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשילע טשעטשניע טשעכיי יאהו יאווערי מוסאוויני יאן סטאלטענבערג יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יו-טוב יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.עף.או. יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יוטא יולעט פעקערד יום העצמאות יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסאף טשאהאד יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעדאניס ראדריגאז יעוועטע קלארק יעקב ליצמאן יעקב משה גאנץ יצחק אולמאן ירדן ירושלים ירושלים אנערקענונג ישראל בער שטיין ישראל היום ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאורע אינגרעם לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לואיס סעפולוועדא לואיס פאראקאן לואיס פערדינאנד דעסטאושעס לוטער סטרענדזש לוי מאיער לוי סענדערס לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליו בארלעטא ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט לערי קאדלאו מאד-סליידס מאדנע מאהאטיר מוכאמעד מאונט סיני העלט סיסטעם מאטעאס מאראוויטסקי מאיר בן-שבת מאיר לאבין מאכמוד אכמעדינעזשאד מאלאזיע מאלדיוואס מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאמענט מאגאזין מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאניועל לאופעז אובראדור מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקסין וואטערס מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארגען סטענלי מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארק ווארנער מארק זאקערבערג מארק לעווין מארק מעדאוס מארק קארעלא מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד זשאוואד זאריף מוכאמעד מורסי מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסלעמענער מוסר מוקטאדא על-סאדר מורסא מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל האראוויץ מייקל כהן מייקל סאסמאן מייקל פלין מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מישעל באומען מנשה ישראל רייזמאַן מעדיקעיד מעדעצין מעוולאט קאוואסוגלא מעט גאועטז מעט-לייף מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעיסיס מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריסט מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה נחום קרויס משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאווארטיס נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניטא לאווי ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך ניעל גורסאטש ניק עירס ניקאול מאליאטאקיס ניקאל פאשיניאן ניקאלעס מאדורע ניקאלעס סארקאזי ניקאלעס קרוז ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעפאל נעראנדרא מאודי נעשאנעל גארד נתן אייזיקסאן סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלווא קיער סאלוואדאר סאלוואדאר נאסראלא סאלמאנעלא סאמאליע סאמי אנאן סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוואזילאנד סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטאניסלאוו יעזשעוו סטארבאקס סטוארט לופטפעלד סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען סארענסען סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סטעפאניע מיינער סטרייק סי.איי.עי. סי.בי.עס. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סייפרוס סילוועסטער טורנער סינגאפאור סינגאפאור עירליינס סינטיע ניקסאן סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעווען עלעווען סעט ריטש סעלי יעיטס סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגיא מאטארעלא סערגעי גארקאוו סערגעי דעבקייעוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו סערזש סארזשיאן סעריל ראמאפוסא ספארטס ספייגעיט ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספעיס פארס ספערן ספרינט סקאט גערעט סקאט וואלקער סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקאנדאל סקול באס סרי לאנקא עבאלע וויירוס עבי האנטסמאן עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד סנאודען עדווארד פילליפ עדווארד ראיס עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי-321-על-אר עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עימי קלאבוטשער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עיר קאנאדע עירבאס עירבאס 320 עירבאס 350 עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עמירעיטס עירליינס עממאנועל מאקראן עמעזאן עמעט פלאד עמערסאן מענאנגאגווא ען.או.עי.עי. ען.אר.עי. ען.בי.סי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.טי.עס.בי. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עסקנות עף-15 עף-16 עף-35 עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.טי.עי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקוואדאר עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריטרעיע עריק אלריטש עריק גאנזאלעס עריק גארסעטי עריק האלדער עריק טראמפ עריק סוואלוועל עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאבלא קוזינסקי פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול נעהלען פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארבס פארד פארדאן פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון דער יושב ראש פון דער מעלדונג פון דער קלאסיפיידס פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון להתחזק פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קול ברמה פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פון שערי מדע פורים פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פּיטער נעווארא פיטער סטראוק פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינחס גלויבער פינלאנד פלארידע פלו פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסח פסיכאלאגיע פעדעקס פעדעראלער רעילראוד אדמיניסטראציע פעדעריקא ווילסאן פעדעריקא מוהאריני פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעטריק ליטעל פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנטעיר עירליינס פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צענזור צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא קאוועיט קאורי בוקער קאורי דזשאנסאן קאורי לאוואנדאוסקי קאורי סטוארט קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליד אלי קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנאקא-פיליפס קאנאר לעמב קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטאנטין קילימניק קאנסטרוקציע קאנספיראציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטא ריקא קאסטקא קאקא קאלא קאר אטאקע קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קארסיקע קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קוויניפיאק קווינס קולטור קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קים יאנג טשאל קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיסטאון ווירוס קיעט שילער קירוב רחוקים קירסטען ניעלסאן קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעווין מעקארטי קעטי ארינגטאן קעטי קראנינגער קעטלין וויין קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיטי האקול קעיטי ערינגטאן קעיפ ווארדע קעלי סעדלער קעליען קאנוועי קעמבאדיע קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס מורפי קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער קאונס קריסטאפער רעי קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל קרעדיט סוויס ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראב פארטער ראבאט ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראבערט פיקא ראד בלאגאיעוויטש ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדיקאליזם ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראווי ראגביר ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראן ראקוועל האנסען ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רויעל דאטש-שעל רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד פעינטער ריטשארד קארדרעי ריטשארד קלארידא ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריעק מאשאר ריק געיטס ריק סעקאון ריק סקאט ריק פערי ריק קאטאן ריקאל ריקארדא מארטינעלי ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעגירונג שאטדאון רעי לאהוד רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאהיד קאהאן אבאסי שאול עלאוויטש שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטורעם אלבערטא שטייער שי דזשינפינג שילע דזשעקסאן לי שינזא אבעי שיעורים שיפפינג שיקאגא שלום בית שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שמואל בוטח שמחה פעלדער שמחות שעווראן שעלדאן סילווער שעלי מעיער שעלי סימאנדס שעלי קעפיטא שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו שרעק און סטראשע תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב