וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן נייע פארשריפטן איבער אקצעפטירן פליטים, זאגנדיג אז פון היינט און ווייטער וועט די רעגירונג מער נישט געבן קיין שוץ-סטאטוס פאר אזעלכע וואס קומען קיין אמעריקע און זוכן שוץ נאכ'ן פאלן קרבנות צו גענג-געוואלדטאטן אדער פאמיליע געפעכטן. אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס איז געווען דער וואס האט געמאלדן דעם גרויסן טויש, שרייבנדיג אז עס שטעלט זיך ארויס אז כמעט יעדער איינער וואס בעט שוץ-סטאטוס האט אזא סארט געשיכטע צו דערציילן, און אמעריקע קען נישט אקצעפטירן יעדן איינעם. אונטער די נייע פארשריפטן, וועט מען פון היינט און ווייטער נאר געבן שוץ-סטאטוס פאר אזעלכע וואס קענען אויפווייזן אז זיי זענען קרבנות פון רעגירונג-רדיפות אין זייערע היימלענדער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל