ווארשא – די פוילישע רעגירונג האט שארף אראפגעריסן קאמענטארן וואס די נאמינירטע נייע אמעריקאנער אמבאסאדארשע האט געלאזט פאלן. די קאמענטארן זענען געזאגט געווארן דורך זשארדזשעט מאסבאטשער (Georgette Mosbacher), א ביזנעס פרוי וועמען פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט צו זיין אמעריקע'ס נייע אמבאסאדאר אין פוילן. מאסבאטשער האט געזאגט אז דער פאקט אז אנטיסעמיטיזם אין מזרח אייראפע שטייגט לעצטנס, איז א דירעקטע רעזולטאט פון פוילן'ס נייע געזעץ, וועלכע טוט איינצוימען וויפיל מען מעג רעדן פונעם האלאקאוסט און פון פוילן'ס ראלע ביים האלאקאוסט. מאסבאטשער'ס קאמענטארן האבן געברענגט גרויס אויפברויז פון פוילישן אויסערן מיניסטעריום, וועלכע האט געזאגט אז דאס איז נישט אקצעפטירבאר, און זיי האבן פארלאנגט אז מאסבאטשער מוז זיך אנטשולדיגן.

בילד: פוילישע דעפיוטי אויסערן מיניסטאר בערטאץ קיטשאקי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל