תימן – די סאודי אראביע-געפירטע מיליטערישע קאאליציע אין תימן, האט אפגעהאלטן נעכטן א גרויסן זיג, באווייזנדיג צו פארכאפן קאנטראל פונעם גאנצן האדיידא לופטפעלד. די פארכאפונג פונעם לופטפעלד, איז געקומען אלס טייל פון א באנייטע אפענסיווע דורך דער סאודיער קאאליציע, וועלכע קעמפן מיט'ן ציל צו פארטרייבן די איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן, וועלכע האבן ביז יעצט קאנטראלירט דעם לופטפעלד, און קאנטראלירן ווייטער גרויסע שטיקער טעריטאריע לענגאויס גאנץ תימן. די סאודיער קאאליציע זאגט, אז דער לופטפעלד זיג איז בלויז דער אנהייב, און זיי פארשפרעכן ביז געציילטע טעג צו האבן אינגאנצן באזיגט די האוטיס.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל