וואשינגטאן – מער ווי האלב אמעריקאנער בירגער זאגן, אז זיי שטיצן דעם וועג וויאזוי פרעזידענט טראמפ באהאנדלט די אישו פון צפון קארעא, אבער אין דער זעלבער צייט זאגן בלויז א פערטל בירגער אז דער סאמיט צווישן טראמפ און קים יאנג אן וועט פירן דערצו אז צפון קארעא זאל טאקע אויפגעבן זייערע נוקלעארע וואפנס. די ציפערן איז פון אן אנקעטע פון "רויטערס", וועלכע צייגט אז 46 פראצענט האלטן אז נישט אמעריקע און נישט צפון קארעא וועלן זיך האלטן צו זייערע פארשפרעכונגען, און אויך האלט 39 פראצענט אז דער סאמיט האט גענידערט דעם געפאר פון א נוקלעארער קריג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל