פויל? טאבלעטן אין מויל...

קאנעטיקעט – די "אמעריקן-הארץ-אסאסיעישאן" האט ארויסגעשטעלט אן אנקעטע צו הערן וויאזוי מענטשן באהאנדלען הויכע בלוט-דרוק. די פראגע האט זיך געליינט אזוי: "אויב ליידט איר פון הויכע בלוט דרוק, און מיר געבן אייך עטליכע אפציעס פאר באהאנדלונגען וואס וועט צוגעבן אן עקסטערע חודש, יאר, אדער אפילו פינף יאר צום לעבן, וועלכע פון זיי וואלט איר אויסגעקליבן?"

די אפציעס זענען געווען ווי פאלגנד: איין קאפ טיי טעגליך; איבונגען; אדער טאבלעטן. די רעזולטאטן האבן געוויזן אז מענטשן וועלן ליבערשט אויסקלויבן טאבלעטן אדער א גלעזל טיי, אנשטאט איבונגען. געוויסע האבן געענטפערט אז זיי זענען נישט גרייט צו אקצעפטירן קיין איינע פון די אפציעס טראצדעם וואס זיי וועלן צובאקומען נאך יארן צום לעבן. אנדערע האבן געטענה'ט אז אויב וואלטן די אפציעס געברענגט גרעסערע בענעפיטן וואלטן זיי יא מעגליך אויסדערוועלט איינע פון זיי.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל