טעקסאס – אן "אמעריקען עירליינס" פליגער האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג נעכטן, נאכדעם וואס האגל האט געשעדיגט דעם פאדערשטן פענסטער פונעם פליגער, און האט געברענגט אז עטליכע פאסאזשירן האבן אנגעהויבן ליידן שטארקע איבלנישן. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער פליגער איז געווען אויפ'ן וועג פון סאן אנטאניא, טעקסאס קיין פיניקס, אריזאנע, ווען אינמיטן האט אנגעהויבן שטארק האגלען, אויף אזוי ווייט אז דער פליגער האט זיך געוואקלט ווילד און דער האגל האט באדעקט דעם פאדערשטן פענסטער, וואס איין פילאט האט געזאגט אז ער האט כמעט נישט געקענט ארויסזען פונעם פענסטער. דער פליגער האט זיך צוריקגעדרייט און געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין על פאסא, טעקסאס, אנע איבריגע שאדנס צום פליגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל