מיזורי – א פרישער באריכט צייגט אז פאליציי ראסיזם אין פורגעסאן, מיזורי גייט ווייטער אן אויף א שרעקליכן פארנעם, ווען שווארצע דרייווערס זענען 85 פראצענט מער אויסגעשטעלט צו ווערן אפגעשטעלט דורך א פאליציי אפיציר, ווי ווייסע דרייווערס. דער באריכט באקומט אויפמערקזאמקייט, וויבאלד אין פורגעסאן האבן געהערשט די טויטליכע ראסע ראיאטן אין יאר 2014, נאכדעם וואס פאליציי האבן געשאסן און אומגעברענגט דעם אומבאוואפנטן אכצן יעריגן מייקל בראון. די יוסטיץ דעפארטמענט האט דאן פובליצירט א באריכט וואס האט געצייגט איינגעגעסענעם ראסיזם ביי די ארטיגע פאליציי, און די ארטיגע באאמטע האבן פארשפראכן רעפארמען – אבער די פרישע ציפערן צייגן אז דערווייל האט זיך גארנישט געטוישט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל