ניו יארק – אין עטליכע סטעיטס איבער'ן לאנד קומען פאר פריימעריס היינט דינסטאג, אריינגערעכנט אין ניו יארק, וואו עס לויפן פילע קאנגרעסלייט אין פריימערי פארמעסטן, אבער א מערהייט פון די אמטירנדע אין ניו יארק סיטי זענען דערווארט אנצוהאלטן זייערע זיצן. איין פארמעסט וואס שטארט יא ארויס, מיט גאר א סאך נאציאנאלע אינטערעסע, איז דער רעפובליקאנער קאנגרעס פריימערי אינעם עלפטן דיסטריקט, וואו עס לויפט דער אמטירנדער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דען דאנאווען, קעגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט מייקל גרים. די אינטערעסע איז, וויבאלד גרים זוכט פשוט צוריקצובאקומען זיין אלטן קאנגרעס זיץ, וואס ער איז געווען געצוואונגען אויפצוגעבן אנהייב יאר 2015, ווען ער איז געגאנגען זיצן אין טורמע פאר קארופציע קלאגעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל