קאליפארניע – די מידיא האט נעכטן פובליצירט עטליכע באזונדערע אינטערעסאנטע באריכטן, איבער ריעל עסטעיט סוחרים וועלכע האבן געבראכן רעקארדס. ערשטנס איז די געשיכטע פונעם כינעזער-אפשטאמיגן לין הי, וועלכער האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק פארדינט הונדערטער טויזנטער דאלאר פראפיט פון "פליפן" בלויז איין הויז. הי'ס גרויסע פראפיט איז געקומען מיט א 3,600 סקווער-פיסיגע הויז אין מאליבו, קאליפארניע, וועלכע האט געקאסט אריגינעל 1.39 מיליאן דאלאר, אבער עס איז געווען אויף פארקלאוזשער און ער האט עס באוויזן צו קויפן פאר 985 טויזנט דאלאר. ער האט דאן דורכגעפירט רענאוואציעס פאר 300 טויזנט דאלאר און דערנאך עס סוקסעספול פארקויפט פאר 1.97 מיליאן דאלאר, כמעט דאפלט וויפיל ער האט אריגינעל געצאלט, און דאס איז געווען אהן דעם וואס ער זאל אפילו האבן געזען דאס הויז פון אינעווייניג. דער צווייטער באריכט איז געווען איבער בען קאבאלערא, וועלכער האט אין יאר 16' געבראכן א רעקארד, פארקויפנדיג 3,556 היימען, פאר א סך הכל פון 1.44 ביליאן דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל