ליבעראלע קאנגרעספרוי רופט אפיציעל פאר געוואלדאטן אקעגן פרעזידענט טראמפ'ס קאבינעט מיניסטארן; פאלגט נאך עטליכע אינצידענטן וואס מען האט פארפאלגט טראמפ געהילפן

טוויט



דער ליבעראלע קאליפארניע קאנגרעספרוי 'מאקסין וואטערס' האט נעכטן אויפגעשאקלט וואשינגטאן מיט אירע ווילדע און צולאזטע קאמענטס, ווען זי האט אפן גערופן פאר אירע צוהערער'ס אז זיי זאלן פארשעמען און אטאקירן טראמפ מיניסטארן און טראמפ געהילפן ווי אימער און ווען אימער, "זיי וועלן זיך מער נישט קענען ארומדרייען אזוי פראנק און פריי", "זיי ווילן אונז אונטערדרוקן און דערנידערן, וועלן מיר זיי דערנידערן און אונטערדרוקן", "מיר וועלן זיי ארויסיאגן פון אלע רעסטאראנטן און שאפינג ערטער, ביז זיי וועלן פארשטיין אז זייער ארט איז נישט אין אמעריקע מער", "א יעדע איינציגסטע מיניסטער און קאבינעט איינגעשטעלטע פון דער טראמפ אדמיניסטראציע איז יעצט א פאטענציעלע ציל פון אונזערע מענטשן, מיר וועלן נישט אויפהערן זיי נאכצויאגן, ביז זיי וועלן אויפהערן מיט זייערע פאשיסטישע שטיק דא אין די פרייע אמעריקע".

דער ראלי ביי וועלכע קאנגרעספרוי מאקסין האט געלאזט פאלן די אויבנדערמאנטע ווערטער, איז געווען אויסצודרוקן קעגנערשאפט אקעגן די פאליסי פון די קאסטום אגענטור, אפצוטיילן קינדער פון זייערע עלטערן ביים זיך אריבערכאפן דער גרעניץ. דער רוף האט נאכגעפאלגט עטליכע אינצידענטן ביי וועלכע טראמפ איינגעשטעלטע זענען פארשריגן און פארשיקט געווארן פון רעסטאראנען און עפענטליכע ערטער. צום ביישפיל איז ברייט באקאנט געווארן סוף לעצטע וואך אז פרעסע סעקרעטאר סאנדערס – האקאבי איז פאריאגט געווארן פון א רעסטאראנט וויבאלד זי דינט אין דער טראמפ אדמיניסטראציע, אזוי אויך איז סטיוון מילער פאריאגט געווארן מיט געשרייען פון א רעסטאראן צוליב זיין ראלע אין דער טראמפ רעגירונג. נאך דעם וואס די צוויי אינצידענטן זענען ברייט באריכטעט געווארן איבעראל אין אמעריקע, האט זיך אויפגעפלאקערט א כמו 'רוף' צווישן די דעמאקראטן נאך מער צו פארשאפן אזעלכע סארט אטאקעס צווישן טראמפ באאמטע, אויף דעם ארויף איז געקומען די אויבנדערמאנטע קאליפארניע פערל ווערטער פון קאנגרעספרוי מאקסין....

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל