וואשינגטאן – אין די לעצטע טעג האט מען אנגעהויבן זען ערנסטע צייכנס, אז די לאיאליטעט און צוזאמארבעט צווישן פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער, אין קאנגרעס און אינעם סענאט, הייבט זיך אן צו צעברעכן, און עס ווערן ערנסטע שפאלטנס אין זייער קאאפעראציע, ווען רעפובליקאנער טרעטן אפן ארויס קעגן פאזיציעס און פאליסיס וואס טראמפ שטעלט ארויס.

ערשטנס האט מען געזען איבער די אישו פון אינטערנאציאנאלן האנדל, ווען א גרופע רעפובליקאנער סענאטארן האבן ארויסגעשטעלט א געזעץ פארשלאג איינצוצוימען דעם פרעזידענט'ס מאכט ארויפצושטעלן האנדלס שטייער שטראפן אויף אנדערע לענדער, נאכדעם וואס טראמפ האט געשטעלט אזעלכע שטייערן אויף אמעריקאנער אליאירטע לענדער.

דערנאך האט מען נעכטן געהערט פונעם רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער, פאול רייען, אז ער האלט אויך אז טראמפ'ס באשולדיגונגען אז די עף-בי-איי האט שפיאנירט אויף זיין קאמפיין, זענען לעכערליך – און ענליך האט געזאגט רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טאם רוני. רייען האט אויך געזאגט אז דער פרעזידענט זאל בעסער נישט קלערן פון זיך אליינס פארדאנירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל