פראנקרייך – מיטגלידער פון פראנקרייך'ס עקסטרעם-רעכטע "נעשאנעל פראנט" פארטיי, האבן געשטימט צו טוישן דעם נאמען פון די פארטיי, און פון היינט און ווייטער וועט עס זיין באקאנט אלס די "נעשאנעל ראלי" פארטיי. דער אפשטימונג איז געקומען ביי א פארטיי צוזאמקום אין ליאן, פראנקרייך, וואו די פירערין פון די אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע פארטיי, מארינא לא פען, האט געזאגט אז זי פארבלייבט אין קאנטראל פון די פארטיי, טראץ'ן ליידן א שווערן פארלוסט צו עמאניועל מאקרון ביי די פראנצויזישע פרעזידענט וואלן מיט א יאר צוריק. דער שריט פון טוישן דעם נאמען פון די פארטיי, איז מיט'ן ציהל צו מאכן פארגעסן דעם נעגאטיוון אימעדזש וואס דער נאמען "נעשאנעל פראנט" האט ביים פראנצויזישן פאלק, זייענדיג א פארטיי געגרינדעט דורך א האלאקאוסט לייקענער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל