עסטרייך – א נייע מציבה איז געשטעלט געווארן ביים ציון פונעם הייליגן בעל פנים מאירות זצ"ל, וועלכער ליגט אין דער שטאט אייזענשטאט אין עסטרייך – עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די מציבה איז אוועקגעפירט געווארן. די ארבעט צוריקצושטעלן די מציבה איז דורכגעפירט געווארן דורך פארשידענע עסקנים, און האט אריינגענומען די אמעריקאנער רעגירונג'ס אפיס פון "פרעזערווירן אמעריקע'ס היסטאריע אלוועלטליך", וועלכע גיט זיך אפ מיט'ן רעסטאוורירן אידישע בתי חיים אין אייראפע. אויך די עסטרייכישע רעגירונג האט ארויסגעהאלפן, און א ספעציעלע הקמת מציבה איז פארגעקומען זונטאג, ביומא דהילולא כ"ז סיון. אויפ'ן ארט איז אויך אוועקגעשטעלט געווארן א פלאקאט צו באדאנקען דעם אמעריקאנער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל