לאנדאן – א פארשער אין ענגלאנד איז ארויסגעקומען מיט פרישע סטאטיסטיקס, זאגנדיג אז יעדע 5 סעקונדעס שטארבט א מענטש אלס רעזולטאט פון רויכערן, ה"י. דער דאקטער סאאיד כוסעין זאגט, אז רויכערן ברענגט די "קראניק אבסטראקטיוו פאלמאנערי" קרענק, וואס אין יאר 2016 זענען דריי מיליאן מענטשן געשטארבן דערפון, און גלאבאלע געזונטהייט עקספערטן זאגן אז די קרענק וועט זיין די דריט-גרעסטע אורזאך פון טויטפעלער איבער דער וועלט אין יאר 2020, אויסער אויב מען ברענגט אז מאסן מענטשן זאלן אויפהערן רויכערן. דאקטער כוסעין ברענגט ארויס אז מער מענטשן שטארבן יערליך פון רויכערן ווי פון טעראר אטאקעס, און אז רויכערן-טויטפעלער באטרעפט היינט צוטאגס א זעקסטל פון אלע טויטפעלער יערליך איבער דער וועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל