וואשינגטאן – אינמיטן דער גאנצע דראמא ארום דעם אימיגראציע קאמף, ווען פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער צוריקצודרייען זיין פאליסי, אז מען זאל מער נישט אפטיילן קינדער פון זייערע עלטערן ביי דער גרעניץ, האבן דעמאקראטן פארפירט און געשריגן, אז מיט'ן אונטערשרייבן דעם ארדער, איז טראמפ ממש ווי אליינס מודה, אז ער איז א ליגנער. די דעמאקראטן האבן אנגעצייגט אויפ'ן פאקט, אז ביז נעכטן האט טראמפ געשריגן, אז ער האט נישט די לעגאלע מאכט צוריקצוציען פון די פאליסי, נאר קאנגרעס מוז דורכפירן א ביל איבער דעם – און דא איז ער געגאנגען און געהעריג אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער אפצושאפן די פאליסי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל