וואשינגטאן - א פרישער אינטערעסאנטער באריכט דערציילט, אז אין יאר 2017 האט דער ציפער פון וויפיל געלטער אמעריקאנער בירגער האבן געגעבן פאר וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס און צוועקן, געבראכן א רעקארד, גרייכנדיג צום ערשטן מאל העכער 400 ביליאן דאלאר. דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך דער ״גיווינג יו-עס-עי״ ארגאניזאציע, וועלכע זאגט אז אין לויף פון יאר 2017 האבן אמעריקאנער בייגעשטייערט פאר וואוילטעטיגע צוועקן אזויפיל ווי 410 ביליאן דאלאר, וואס איז מיט 5.2 פראצענט מער ווי די 389 ביליאן דאלאר פון יאר 2016. אויך ווערט אנגעצייגט אז די סומע 410 ביליאן דאלאר איז אזוי אסטראנאמיש, אז ס׳איז מער ווי די גאנצע עקאנאמישע פראדוקציע פון אירלאנד און מדינת ישראל אינאיינעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל