בריסל – דער פירער פון דער יו-ען נוקלעארע וואפנס אינספעקשאנס אגענטור האט נעכטן געזאגט, אז די יו-ען אינספעקטארס שטייען גרייט ווידער אנצוהייבן זייערע אונטערזוכונגען אויף נוקלעארע וואפנס איינריכטונגען אין צפון קארעא, אויב וועט טאקע געשלאסן ווערן סיי וועלכער אפמאך צווישן די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא ביים היסטארישן סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן, קומענדיגן דינסטאג. דער יו-ען באאמטער יוקיא אמאנאו האט ארויסגעברענגט, אז יו-ען אינספעקטארס זענען שוין עטליכע מאל געווען אין צפון קארעא, נאר זיי זענען נאכאנאנד ארויסגעווארפן געווארן, אבער זיי האבן די ערפארונג און וויסנשאפט אנצוהייבן אינספעקשאנס ווי נאר ס'וועט זיך אויספעלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל