טעהראן – דער דירעקטאר פון איראן'ס אטאמישע ענערגיע דעפארטמענט, אלי אקבאר סלאהי, האט נעכטן געמאלדן אז די איראנער רעגירונג האט אנגעהויבן אוועקשטעלן געביידעס און איינריכטונגען, צו קענען שטערקער בארייכערן אוראניום, אבער סלאהי האט געזאגט אז זי וועט דערווייל האלטן די בארייכערונג צו די נידריגע שטאפלען, וואס זענען אפגעשמועסט געווארן אונטער'ן דיעל אין יאר 2015.

אבער אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט א שארפע סטראשונקע פונעם איראנער גייסטליכער פירער, איאטאלא כומעינאי, וועלכער האט געזאגט אין א רעדע אז ער האט פארארדענט די רעגירונג צוצוגרייטן די נויטיגע מאסנאמען זיך צו נעמען בארייכערן אוראניום אויף נוקלעארע שטאפלען, צו זיין גרייט אין פאל דער דיעל מיט די איבריגע לענדער פאלט צוזאם.

כומעינאי האט אויך ווידערהאלט, אז איראן וועט זיך נישט ברעכן פאר די פארלאנגען, אז זי זאל איינצוימען אירע באליסטישע מיסיל אקטיוויטעטן, זאגנדיג "דאס איז א טרוים און פאנטאזיע וואס איר וועט קיינמאל נישט דערגרייכן". כומעינאי'ס שארפע קאמענטארן און מעלדונגען, האבן געברענגט א טריט נענטער די רעאליטעט אז דער דיעל וועט צוזאמפאלן, אלס רעזולטאט פון טראמפ'ס ארויסציאונג מיט עטליכע וואכן צוריק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל