פון חיים מארקאוויטש

אסאך מענטשן פרעגן וואס איז דאס סי.בי.טי. טעראפי. איז עס געמאכט פאר מיר? זאל איך עס פראבירן? איך האב דאך שוין פראבירט אזוי פיהל מינע מיטלען מיך צו העלפן, אבער קיין רעזולטאטן האב איך דערווייל נישט געזעהן... יעצט בין איך געוואור געווארן פון סי.בי.טי. טעראפי. זאל איך עס פראבירן?

שאלות וואס מענטשן פרעגן: וויפיהל צייט נעמט דאס צו לערנען? עס האט שוין אן עפעקט נאך איין סעשאן? איז עס א לעזונג, אדער עס העלפט נאר אויף צייטווייליג? דעס קען העלפן אראפ גיין פון מעדיקעשאן? מען דארף עס האלטן און איין טוהן?

איידער מיר וועלן פראבירן אי"ה צו אויסקלארן די אלע שאלות, וועלן מיר דא אראפברענגן א דוגמא און זעהן פאר וועלעכע סארט זאכן די טעראפי קען אלץ העלפן.

בילד




דער אמת איז אז סי.בי.טי. טעראפי קען העלפן פאר אהן א שיעור פראבלעמען. אסאך מאל טראכט מען אז מען האט א שטיקל פראבלעם למשל אז מען ווערט אביסל סענסעטיו ווען אן אנדערע מענטש זאגט דיר עפעס, מען ווערט שנעל באליידיגט פון א קרום ווארט אדער לאמיר זאגן מען איז אביסל אנגעצויגן דורך אויס די טאג. מען טראכט צו זיך, ס'אמת אז ס'איז א שטיקל פראבלעם, אבער וואס פעלט אויס צו טוהן עפעס דערוועגן. דאס איז מיין נאטור און שוין, לאז עס לויפן... דער אמת איז אז מען קען ארבעטן דערויף און מען קען זיך גרינגער מאכן און אויך גרינגער מאכן פאר אנדערע, ממש דורך א קלייניקייט. נו אויב אזוי פארוואס זאלסטו עס נישט טוהן? עס איז א שאד קענסט טוישן דיין הלך ילך אין לעבן. טוישן די וועג פון טראכטן, אא"וו.

אוודאי און אוודאי ווער רעדט נאך ווען איינער גייט אדורך שווערע צייטן מיט שווערע עמאצינעאלע פראבלעמען וואס פון דעם גייען מיר דא מער ארום שמועסן.

די רעדע גייט טאקע דא זיין פון איינער וואס האט שטארקע ענקזייעטי אין גאר שווערע מחשבות וואס לאזן אים נישט צורוה 24 שעה א טאג, ממש ער פיהלט ווי ער האלט עס מער נישט אויס און ער מיז דא זעהן א לעזונג.

לאמיר אנכאפן א דוגמה פון איינעם, לאמיר אים רופן משה. משה איז א געלונגענער אינגערמאן ער האט ב"ה א שטוב מיט קינדער און א פיינעם זשאב, ער האט אסאך גוטע חברים ער איז זייער באליבט ביי אלעמען. א שטיק צייט צוריק האט ער אנגעהויבן צו פיהלן עפעס נישט זיך, ער האט אנגעהויבן צו באקומען פאביעס אז עפעס שלעכט גייט געשעהן צו אים. נאכדערצו ווען ער האט געהערט אז עס איז געשעהן אזא סארט זאך צו איינעם, איז ער ממש אויפגעשוידערט געווארן און געהאלטן אין איין טראכטן אז ער איז נעקסט... די ענקזייעטי איז געגאנגן אזוי ווייט אז ער האט געטראכט פון דעם בייטאג און ביינאכט ער האט ממש זיך נישט געקענט ארויסזעהן דערפון.

דער אמאליגע פרייליכער משה וואס פלעגט כסדר פארברענגן מיט זיינע חברים מיט א געשמאק און איז כסדר געווען בשמחה און גוט אויפגעלייגט און גוט מוטיג, איז געווארן פול מיט מרה שחורה ער איז געווארן אינגאנצן צוקלאפט ביי זיך. פארשטייט זיך אז ער האט פראבירט ארויפצוציען א שמייכל אויף זיין פנים אז אנדערע זאלן נישט באמערקן אז עפעס גייט פאר מיט אים...

מיט די צייט זענען זיינע פאביעס געווארן ערגער און ערגער און איין פאביע האט געברענגט די צווייטע. עס איז שוין געגאנגען אויף אזוי ווייט אז עס זענען געווען טעג וואס ער האט זיך ממש געדארפט צווינגען אריינצוגיין צו דער ארבעט. בקיצור ער דרייט זיך ארום אהן א קאפ, ער ווייסט נישט וואס איז געשעהן צו אים, זיינע פחדים און נעגאטיווע שרעקעדיגע מחשבות ווערן נאר שטערקער פון טאג צו טאג. ער פיהלט ווי ער איז אליינס אויפן וואסער. ער טראכט צו זיך וואס טוט מען דא? ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה? מען קען דאך נישט אזוי ווייטער אנגיין. אזוי איז עס אנגעגאנגן א שטיק צייט.

איין שיינעם טאג טראכט משה צו זיך 'גענוג איז גענוג'! מען דארף זעהן וואס מען קען דא טוהן. ער פיהלט ווי ער קען עס מעהר נישט באהאלטן. די יסורים זענען פשוט אומדערטרעגליך. אומר ועושה ער רופט אן אן ארגעניזעשאן וואס ריפעלט פארשטייט זיך אז זיי האבן אים אויסגעהערט וואס ער פיהלט און וואס עס באדערט אים. נאכן אויסהערן א שיינע פאר מינוט געבט מען אים א נומבער פון א דאקטאר און אזוי אויך פון א לייסענס טעראפיסט. ער רופט אן און מאכט אן אפוינטמענט, ער איז געגאנגען, און מען האט אים ארויפגעלייגט אויף מעדיקעשאן. אין דער זעלבע צייט האט ער אנגעהויבן צו גיין צו א טעראפיסט איינמאל א וואך. ער האט זיך אויסגערעט און געזאגט וואס עס באדערט אים און דער טעראפיסט האט אים אויסגעהערט און פראבירט אביסל צו פארשטיין. נאך אפאר וואכן האט ער אנגעהויבן צו פיהלן אביסל בעסער אין אזוי איז עס געווארן בעסער און בעסער ביז ער האט געפילט אז יא, ער איז ממש א נייע מענטש געווארן! זעהט אויס אז די מעדיקעשאן העלפט, עס טוט עפעס, עס איז דא עפעס דערין.

ער איז טאקע צוריק געווארן דער אמאליגע פרייליכער משה. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר חדשים. ביז איין טאג האט משה אנגעהויבן צו פיהלן אז עפעס טויג נישט, זיינע פחדים זענען צוריק געקומען מיטן גאנצן מאכט, ער האט אנגעהויבן צו באקומען פאניק אטאקעס, ער איז אריין אין א געפערליכע דעפערעסיע ווי קיינמאל פריער ער האט פשוט נישט געוואוסט וואס צו טוהן מיט זיך. פארשטייט זיך אז ער איז צוריק געגאנגען צום דאקטאר און דער דאקטאר האט אים ארויפגעלייגט אויף נאך א מעדיקעשאן אבער עס האט נאר ערגער געמאכט די מצב. ער האט פראבירט נאטירליכע מיטלען, ער איז געלאפן פון איין מומחה צום צווייטן אבער אן קיין רעזאלטאטן, ער האט געפילט ווי ער קלאפט א וואנט... און אנדערע ווערטער האט ער געזעהן אז מעדיקעשאן איז סוף כל סוף נאר א צייטווייליגע רפואה. אבער דאס היילט נישט די פראבלעם. און עס מוז דא זיין אן אנדערע וועג ארויס פון דעם טונקעלן טונעל.

לאמיר זיך דא אפשטעלן און זעהן ווי אזוי מיר קענען דא העלפן משה בעז"ה ארויסקריכן פון זיינע יסורים.

עס איז דא א טעראפי וואס הייסט סי.בי.טי. עס קען העלפן פאר א גרויס חלק פון גייסטישע פראבלעמען ווי ענקזייעטי, פאביעס, פאניק אטאקעס, נאגאטיווע מחשבות, או. סי. ד. און נאך. וואס דאס טוט איז, אז די מענטש געוואוינט צו זיין מוח ווי אזוי צו טראכטן און ווי אזוי צו רעאגירן צו א פחד אדער צו א נאגאטיווע מחשבה. עס איז דא א טעות וואס מענטשן האבן מען מיינט אז מען שטיפט אוועק דעם שווערן געפיהל וואס קומט אריין אין מוח אדער א פאביע וואס מען האט, און מען מאכט עס אוועק און מען זאגט נעה עס איז גארנישט, מען דארף נישט מורא האבן פון די און די זאך, עס קען גארנישט טוהן. מען פראבירט אוועק צו שטופן פון זיך וואס באדערט אים. לאז מיר עס מסביר זיין מיט א משל שטעלט אייך פאהר אז איר גייט אויפן גאס, און עס שטייען אפאר מענטשן פון די אזוי גערופענע חיות גרופע און פראטעסטירן מיט גרויסע טעוועלעך אקעגן די מנהג פון כפרה שלאגן. פארשטייט יעדער איינער אז אויב גייט איר זיך אפשטעלן און רעדן צו זיי און ווער רעדט נאך זיך צו גיין טעהנען מיט זיי. גייט איר זיי צופרידן שטעלן און זיי וועלן פיהלן אז זיי האבן דערגרייכט זייער מיסיע ווייל אזוי באקומען זיי זייער אטענטשן. אבער טאמער איז עס פארקערט אז מען גייט אדורך און מען שטעלט זיך נישט אפ קוקן און רעדן צו זיי און אנדערע ווערטער מען געבט זיי נישט קיין אטענטשאן. וואס געשעהט איז אז נאך א שטיק צייט זעהן די פראטעסטירער אז זיי רעדן צו א וואנט, הייבן זיי זיך אויף פאקן פעק און גייען אהיים. די זעלבע איז דא מיט דיינע אנקזייעטי, לאז אים דארטן זיין רעדט נישט צו אים געב עס נישט קיין אטענטשאן אין פראביר עס נישט אוועק צו שטיפן אפילו עס קוקט אויס אז אוועקשטופען גייט העלפן. ווייל די פאקט איז אז עס ארבעט נישט אזוי, מען קען נישט אוועקשטיפן די שווערע מחשבות און שווערע געפיהלן פון זיך. ווי מער מען שטיפט עס אוועק און מען פראבירט נישט צו טראכטן דערפון, אסאך שטערקער פראסקעט עס צוריק און פנים אריין. נאר וואס דען, מען דארף עס לאזן טראכטן. יא! פיהל עס... יא! טראכט אז דו מעגסט האבן די פאביעס, דו מעגסט האבן די שווערע געפילן און ענקזייעטי. נאר וואס דען, דו דארפסט זיך לערנען און וויסן ווי אזוי צו ארבעטן דערמיט. דאס איז די מהלך פון סי.בי.טי. עס לערנעט אויס ווי אזוי צו ארבעטן דערמיט.

איינמאל מען האט ארויס די מהלך ווי אזוי עס ארבעט, אפילו מען פיהלט אז מען באקומט אמאל א פאביע וכדומה, האט עס נישט קיין עפעקט אויפן מענטש, זיין מוח ווייסט שוין אוטאמאטיש ווי אזוי צו רעאגירן, און מען ווערט בכלל נישט איבערגענומען. פארשטייט זיך אז מען דארף האלטן און איין דאס איבער'חזר'ן.

די בעסטע וועג זיך אויסצולערנען די מהלך פון די טעראפי איז צו גיין פאר סעשענס צו איינער וואס פארשטייט גוט דערצו. געווענטליך זעהט מען שוין א חילוק נאך צוויי דריי סעסשאנס. עס קען זיך אויך ווענדן ווי שטארק די ענקזייעטי איז. אין א פאל וואס די ענקזייעטי איז גאר שטארק, דארף מען מער איבער'חזר'ן, אפילו עס קוקט אויס ווי עס מאכט נישט צופיל סענס. מען זאל זיך נישט איינרעדן אז עס דא א שנעלע פוקס. אונז גייען מיר נישט דא ארומרעדן וועגן מעדיקעשאן ווייל עס איז א סוגיא פאר זיך, נאר איין זאך יא, אז מעדיקעשאן קען טאקע אויסקוקן ווי א שנעלע פוקס אבער לאמיר זיך נישט נער'ן עס איז נישט קיין לעזונג אפשר נאר פאר צייטווייליג. עס קען צודעקן די וואונד אזוי ווי א בענדעדזש וואס אסאך מאל פאלט עס אראפ און מען פאלט צוריק אריין אין פלאנטער.

נישט לאנג צוריק האט מיר איינער אנגערופן אז ער ליידט פון גאר שטארקע ענקזייעטי און פאביעס, ער זאגט אז ער איז שוין געווען ביי עטליכע דאקטורים און אויף פינעף מינע מעדיקעשאן און געגאנגען צו טעראפי אבער אן קיין רעזולטאטן. פארשטייט זיך דא און דארט האט ער געפילט אביסל בעסער, אבער עס האט גאנץ שנעל אויסגעוועבט. און יעצט איז ער ממש אויס מענטש, ער ווייסט נישט וואס צו טוהן ווייטער. האב איך אים מסביר געווען וואס סי.בי.טי. טוט. נאכן רעדן צו אים אפאר מינוט האט מיר געזאגט אז ער פיהלט אז די מהלך רעדט צו אים און עס מאכט אסאך סענס אין ער פיהלט שוין ב"ה א חילוק און וועט טאקע נוצן די טאללס. און ער קומט טאקע ווייטער פאר סאסשאנסן און פיהלט זיך שוין ב"ה ענקזייעטי פריי.

פון די אנדערע זייט איז נישט גוט זיך צו קאנצעטרירן אויף צו פארעכטן אלטע פראבלעמען. נאר מיר פראבירן זיך צו קאנצעטרירן אויף א לעזונג ווי אזוי מען קען פון יעצט און ווייטער אים גרינגער מאכן און אים העלפן. און דאס איז סי.בי.טי. טעראפי, עס איז נישט סתם א בענדעדזש וואס מען לייגט ארויף און לאזט נישט די מענטש טראכטן געהעריג און אזוי גייען זיינע פראבלעמען קלאמפיש אוועק. נאר מיט די מהלך קען מען האבן א קלארן מוח טראכטן געהעריג נאר וואס דען מען טרענירט איין דעם מוח נישט צו ווערן איבערגענומען פון די נעגאטיווע מחשבות אדער פאביעס וואס מען האט. אין מיט די צייט פיהלט די מענטש ווי ער איז ב"ה באפרייט געווארן פון די פראבלעמען אויף א מהלך וואס מאכט סענס. פארשטייט זיך מען דארף האבן אסאך געדולד ווייל עס געדארט נישט פין איין טאג אויפן צווייטן עס נעמט צייט.

און פאשטייט זיך אז דער עיקר וואס מען דארף טוהן איז מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער אז ער זאל שיקן די ישועה ווייל אלעס ליגט און זיינע הענט. נאר אונז דארפן מיר טוהן די השתדלות.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל