וואשינגטאן – נעכטן איז אויפגעדעקט געווארן, אז פרעזידענט טראמפ האט געהאט אן ערנסטע זארג, בעפאר'ן זיך ארויסציען פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן, אז דאס וועט פארקריפלען די אויל פראדוקציע אינדוסטריע און דראמאטיש הייבן פרייזן.

די באריכטן צייגן אז בלויז איין טאג בעפאר'ן מעלדן אז ער ציט זיך ארויס פונעם דיעל, האט זיך זיין אדמיניסטראציע פארבינדן מיט סאודי אראביע, און זיך געבעטן ביי זיי צו פארשטארקערן אויל פראדוקציע, אז ס'זאל זיך נישט מאכן קיין מאנגל אין אויל ווי נאר איראן'ס פראדוצירטע אויל ווערט אויסגעשלאסן פון טייל מארקעטס. דערווייל האט סאודי אראביע נאך גארנישט געטאן דערוועגן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל