ריא – א גרופע פאליציי און זעלנער אין בראזיל, וועלכע זענען איבערגעפאלן א בונקער פון א דראג פארברעכער, האבן געטראפן דראגס, הויפנס קעש, וואפנס און אנדערע אומלעגאלע אביעקטן און גערויבטע חפצים, אבער צווישן די פארשידענע חפצים האבן זיי אויך געטראפן א אידישן "ספר הפטרה" געשריבן אויף פארמעט.

ווי די פאליציי האט שפעטער געזאגט, האבן זיי געמיינט אז זיי האבן דא געטראפן א ספר תורה, וויבאלד עס איז געשריבן אויף פארמעט, אבער ר' מענדל אבוטובל הי"ו, פון דער בראליזיאנער "עדמאנד סאפרא" שוהל, איז אראפגערופן געווארן און ער האט באשטעטיגט אז ס'איז א ספר הפטרה. ס'איז נישט קלאר וויאזוי דער ספר איז אהינגעקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל