פרעזידענט טראמפ שרייבט אונטער אן עקזעקיוטיוו ארדער אפצושטעלן דעם קאנטערווערסיאנעלע פאליסי פון די אמעריקאנע 'קאסטום אגענטן' צוצעשיידן פאמיליעס ביים גרעניץ

בילד




פרעזידענט טראמפ האט נעכטן מיט גרויס פאמפע אונטערגעשריבן א עקזעקיוטיוו ארדער, וואס וועט אפשטעלן א פאליסי פון די אמעריקאנע גרעניץ קאסטום אגענטן, נעמליך צו פונאדערשיידן פאמיליעס ביים אריבערגיין דער אמעריקאנע גרעניץ אומלעגאל. ביז יעצט איז געווען דער פאליסי פון די אמעריקאנע 'קאסטום אגענטור', די אגענטור וואס איז געשטעלט אויף צו באשיצן די אמעריקאנע גרעניצן סיי ביי די פיזישע גרעניצן און סיי ביי די לופטפעלדער און ביי די שיף דאקס, אז סיי וועלכע פאמיליע וואס ווערט געכאפט אריבערגיין דער גרעניץ אומלעגאל, ווערט תיכף פארהאלטן, און מען צוטיילט די פאמיליע, די ערוואקסענע ווערן געפירט אין א געהעריגע תפיסה, אזעלכע ספעציעלע תפיסות וואס די גרעניץ אגענטן האבן אויפגעשטעלט אין אמעריקע לעבן אלע גרעניצן, משא"כ די קינדער ווערן געפירט אין אזעלכע ספעציעלע פארשלאסענע קאמפוסעס וואס ווערט ספעציעל צוגעשטעלט פאר די קליינע קינדער אימיגראנטן. די קינדער קריגן דארט געהעריג צו עסן און זיי קענען געשמאק פארברענגן דארט מיט אלע סארט קינדער אקטיוויטעטן, דאך אבער טראגט עס א פנים ווי א תפיסה, זייענדיג ארומגענומען מיט הויכע אייזערנע צוימען, און ווערט שטענדיג באוואכט דורך א גאנצע מחנה פון אויפגעריסטעטע וועכטער.

די סיבה וואס ליגט אונטער די אלטע פאליסי איז פשוט, די קאסטום אגענטור האט נישט געהאלטן אז עס איז פאסיג אריינצושטעלן קליינע קינדער אין א תפיסה, און ווייטער פאר די אריינשמוגלענדע אימיגראנטן מוז מען געבן א געהעריגע תפיסה טעראפי, ווארום אויב נישט וועט זיך טוהן דא אן אריינדרינגונג פון אימיגראנטן אז עס וועט זיין א שרעק. דעריבער, היות אז די ערוואקסענע מוז מען אריינשטעלן אין געהעריגע סארט תפיסות פארן פארלעצן די אמעריקאנער גרעניצן, און זיי ווערן דארט אויפגעהאלטן ביז זיי זענען פערטיג מיט זייערע געריכטן, און דער געריכט פסק'נט אז מען קען זיי צוריקשיקן וואס איז רוב מאל די פאל, ממילא פאסט דאך נישט אז מען זאל אריינשטעלן קליינע אומשולדיגע קינדער אין אזעלכע שרעקליכע אינסטעטוציעס, דעריבער האט די קאסטום אגענטור געגרינדעט די אזוי גערופענע 'קינדער קאמפוסן', אזעלכע סארט קעמפס ווי די קינדער קריגן פון אלעם גוטן, אבער ווערן דאך געהאלטן אפגעזונדערט און פארשלאסן פון דער גארער וועלט אונטער א שטארקע וואך. פשט פון דער דאזיגער פאליסי באדייט, אז מען מוז אדורך פירן א פיינפולע טיילונג ווען א פאמיליע שפרייזט אריבער דער גרעניץ, און א יעדעס מאל וואס א פאמיליע ווערט געכאפט אריבערגיין דער גרעניץ אומלעגאל וועלן די קאסטום אגענטן צושיידן די קליינע קינדער פון זייערע עלטערן, זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה.

דאס איז אזוי געווען ביז היינט. אבער אין די לעצטע צוויי וואכן, האט אויסגעבראכן אין אמעריקע א גרויסע שטורעם איבער דער נושא. עס האט זיך אנגעהויבן ווען א רעפארטער האט זיך אריינגעכאפט אין אזא סארט קינדער אנטשטאלט, און די בילדער וואס ער האט געכאפט זענען געווען זייער נישט סימפאטיש - מילד גערעדט. אלעס וואס מען זעהט איז הויכע גרויע אייזערנע צוימען, און שווער באוואפענטע וועכטער זיך ארומדרייען איבעראל, ווידעראום די קינדער האבן אויסגעזען זייער צובראכן און דעמאראליזירט, און טייל האבן אפילו געהאט רויטע פארוויינטע אויגן, און ווען די רעפארטער האט פראבירט אנצוקניפן א שמועס מיט טייל פון זיי, איז זייער ערשטע רעספאנס געווען צו ער קען זיי העלפן טרעפן זייערע עלטערן, כאטשיג וואס דער רעפארטער אליין איז מודה אז מען שטעלט זיי באמת צו פון אלעם גוטן, דאך אבער, רעדט מען דאך למעשה פון קליינע קינדער און אסאך מאל גאר קליינע קינדער וואס מען האט זיי פלוצלונג אוועקגעריסן פון זייערע עלטערן, און זיי זענען דעשראקן און צומישט, און פארשטייט זיך אז די הויכע צוימען און די שווער באוואפענטע וועכטער געבן אויך נישט צו צו דער מוט, דעריבער ווירקט דאס אויס אויף זיי זייער שווער.

דער באריכט פון דעם רעפארטער האט געעפענט א שטורעם אין אמעריקע, היתכן אז אין יאר 2018 קען נאך פארקומען אזעלכע בארבארישע זאכן ווי צוטיילן קינדער פון עלטערן. דער שטורעם האט גורם געווען אז נאך רעפארטער'ס האבן זיך אריינבאקומען אין אזעלכע סארט אויפהאלטונגס פלעצער, און עס איז ערשינען פרישע שרעקליכע בילדער, וואס האט ווייטער געדרייט די רעדער פון דער קאנטערווערסיע, געבענדיג פאר די דעמאקראטן א געלעגנהייט צו פארפירן אקעגן "די בארבארישע טראמפ אדמיניסטראציע", כאטשיג ווי אויבן דערמאנט איז דאס א פאליסי פון די קאסטום אגענטור שוין יארן לאנג, און האט גארנישט מיט פרעזידענט טראמפ, און דער דאזיגע פאליסי איז אויסגעפירט געווארן אויך אונטער די ליבעראלע אבאמא אדמיניסטראציע, אבער גיי טענה דיך מיט די מידיא. די מידיא מיט די דעמאקראטן האבן געלארעמט אז דאס איז צו א באבארישע זאך אז דאס זאל נאך פארקומען אין יאר 2018, און האבן פארלאנגט פון די טראמפ אדמיניסטראציע עפעס צו טון דערוועגן. די רעפובליקאנער ווידער, האבן זיך ווייניגער צוקראצט פון דער גאנצע טומל, טענה'דיג און מיט רעכט, אז אנדערש קען מען נישט באשוצן די אמעריקאנע גרעניצן, ווארום די עלטערע מוז מען באשטראפן און אריינלייגן אין תפיסות למען ישמעו ויראו, און מען קען דאך נישט לייגן אומשולדיגע קינדער אין תפיסות? דעריבער איז די איינציגסטע לאגישע לעזונג דער יעצטיגע פאליסי, כאטשיג דאס קומט באגלייט מיט דער פיינפולער פאקט, אז מען צוטיילט משפחות איינער פונעם אנדערן.

דא איז אבער געשען אז די טומל איבער גאנץ אמעריקע האט נישט נאכגעלאזט פאר א רגע, און די מידיא האט נישט איינגערוט פאר א מינוט, און אז זיי ווילן קענען זיי גוט די מלאכה. דאס האט געברענגט דערצו אז א טייל רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן זיך אנגעהויבן פארכטן אז דאס וועט זיי קאסטן די בענקל אין די מידטורם עלעקשאנס, ווארום די רוח אין די גאס איז געוען אויסגעשפראכן אקעגן דער פאליסי. אבער דא איז געווען א פראבלעם, און א גרויסע פראבלעם, נעמליך, עס איז נישט געווען קיין שום שאנס אז דער געזעץ זאל קענען אדורכגעפירט ווערן אין די יעצטיגע צוזאמשטעל פון קאנגרעס, וויל די רעפובליקאנער וועלן דאך נישט שטיצן א דעמאקראטישע ווערסיע פונעם געזעץ, און פאר א אייגענע רעפובליקאנע געזעץ וועלן זיי נישט האבן גענוג שטימען, ווארום די ארכי-רעפובליקאנער וועלן נישט שטיצן א געזעץ וואס מאכט שוואך אונזערע גרעניצן. דעריבער האבן די רעפובליקאנער אנגעהויבן מורא צו האבן, אז די דעמאקראטן וועלן אריינגעבן א אייגענע ווערסיע פון א געזעץ, און ווען דאס וועט דורכפאלן אין קאנגרעס, וועט מען קענען ווייזן מיט די פינגער אויף די רעפובליקאנער אז זיי האבן אונטערגעברענגט דעם געזעץ, און זענען עס די שרעקליכע בארבארן.

בצר להם, האט פרעזידענט טראמפ באשלאסן צו נעמען די זאך אליין אין די הענט, און צו פארלויפן פאר די דעמאקראטן די וועג, און אריינצונעמען די קוילן אין זיך, מוטב יכנס החץ בי. נעכטן פארמיטאג האט דער פרעזידענט פארופן א פרעסע קאנפערענץ אינעם לינקאן צימער, ווי עס איז געווען אנגעגרייט א שיינעם טיש מיט א "עקזעיוטיוו ארדער" דערויף, און דער פרעזידענט האט געמאלדן אז ער פארארדענט א פרעזידענטליכע באפעל אז די יעצטיגע פאליסי פון צוטיילן משפחות מוז זיך אויפהערן, און אז ביז דערווייל זאל מען האלטן עלטערן מיט קינדער צוזאמען אין די יעצטיגע סארט "קינדער קאמפוס'ס", אבער ער האט שטארק פארגעהאלטן קאנגרעס היתכן מען פירט נאך אלט'ס נישט דורך א עפעקטיוו אימיגראציע געזעץ וואס וואלט אפגעשטעלט דער גאנצע פראבלעם לגמרי. מיט דעם איז פרעזידענט טראמפ פארלאפן די דעמאקראטן די וועג, און ער האט ארויסגעכאפט פון זייערע הענט א ווירקזאמע אישו וואס וואלט זיי געקענט העלפן אין די מידטורם עלעקשאנס. מיינט איר אז די מידיא האט שוין אויפגעגעבן? א נעכטיגע טאג. סי.ען.ען. האט נעכטן נאכט באריכטעט, "פרעזידענט טראמפ שרייבט אונטער 'עקזעקיוטיוו ארדער' אפצושטעלן די 'באבארישע פאליסי' פון 'די טראמפ אדמיניסטראציע' צו צוטיילן קינדער פון עלטערן ביים גרעניץ". יאפ, אזוי ווי איר ליינט, דאס איז די אמעריקאנער מידיא.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל