מאנהעטן – די ניו יארק סיטי רעגירונג האלט ביים מעלדן אז זיי וועלן אויסגעבן העכער צוויי ביליאן דאלאר, צו שליכטן א פעדעראלע אויספארשונג קעגן איר. די פעדעראלע אויספארשונג גייט אן איבער דער ניו יארק סיטי האוזינג אגענטור, וויבאלד די אגענטור ווערט באשולדיגט אז זיי האבן נישט דורכגעפירט נויטיגע ריפעירס און געלאזט פילע געביידעס ווערן פארנאכלעסיגט. לויט קוועלער, וועט די סיטי מסכים זיין צו באצאלן 2.2 ביליאן דאלאר, וואס וועט אויסגעגעבן ווערן אין די קומענדיגע צוויי יאר צו מאכן נויטיגע פארריכטונגען און אפגרעידס אין פובליק האוזינג פראדזשעקטס, און אלס אויסטויש, וועט די פעדעראלע רעגירונג נישט ברענגען קיין קלאגעס קעגן די סיטי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל