וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט, אז ער וועט אונטערשרייבן סיי וועלכע ביל וואס קאנגרעס און סענאט ברענגען אים, צו קענען אפשטעלן דאס צעטיילן קינדער פון זייערע עלטערן וועלכע קומען אריין דורכ'ן גרעניץ אומלעגאל. אין סענאט און קאנגרעס ווערן יעצט דעבאטירט צוויי סארט בילס, צו ענדיגן די קאנטראווערסיע ארום דאס צעטיילן די פאמיליעס.

איין ביל וועט אדרעסירן בכלל די פראבלעמען מיט אומלעגאלע אימיגראציע און וועט אויך צושטעלן זיבן ביליאן דאלער פאר טראמפ'ס גרעניץ וואנט, און ענדיגן דאס צעטיילן די פאמיליעס. די צווייטע ביל אדרעסירט נאר די פראבלעם פון צעטיילן די פאמיליעס, אבער פארמאגט נישט קיין שום אנדערע געלטער אדער אימיגראציע רעפארם.

טראמפ זאגט אז אים שמעקט אויך נישט אז מען איז געצווינגען צו צעטיילן די פאמיליעס, און ער וועט אונטערשרייבן סיי וועלכע פון די צוויי בילס, געוואנדן וואס ס'וועט שנעלער דורכגיין אין קאנגרעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל