וואשינגטאן – דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אורטייל, וואס אידישע גרופעס האבן עס באגריסט אלס אן אורטייל וואס וועט שטארק באשיצן אידישע ביזנעס אייגנטימער און בכלל רעליגיעזע אידן. דער אורטייל האט געגעבן רעכט פאר א קאנסערוואטיוון בעקער אין קאלאראדא, וועלכער האט נישט געוואלט באקן א קעיק פאר א צוזאמקום וואס גייט קעגן זיינע רעליגיעזע גלויבונגען. ליבעראלן האבן געקלאגט דעם בעקער פאר דיסקרימינאציע, און דער קעיס איז אנגעקומען ביז'ן סופרים קאורט, וועלכע האט נעכטן ענדליך געאורטיילט, אז אויב עמיצער וויל נישט צושטעלן זיינע ביזנעס סערוויסעס פאר עפעס וואס ער האלט אז ס'גייט קעגן זיין גלויבן אדער רעליגיע, האט ער די הונדערט פראצענטיגע רעכט דאס צו טאן, ווייל אים צו צווינגען צו גיין קעגן זיין גלויבן, איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל