וואשינגטאן – די פעדעראלע האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט זאגט, אז זיי האבן געטראפן געהיימע שפיאנאזש סורוועילענס מאשינקעס ארום דאס ווייסע הויז און אנדערע וויכטיגע געביידעס אין וואשינגטאן די-סי. די מאשינקעס זענען שוין געטראפן געווארן מיט מער ווי א יאר צוריק, און זיי זענען באקאנט אלס "סטינגרעיס", וויבאלד זיי פארנארן סעלפאון סיגנאלן און ברענגען אז שפיאנען זאלן קענען אונטערהערן סעלפאונס און אויפכאפן טעקסט מעסעדזשעס. אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע זאגן, אז כינעזער און רוסישע שפיאנען נוצן אפט די סארט מאשינען, אבער עס איז נישט קלאר ווער עס איז פאראנטווארטליך פאר די מאשינען וואס מ'האט געטראפן ביים ווייסן הויז פאראיאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל