טעהראן. – אינדערצייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע איז פארנומען צו יובעלירן מיט'ן סוקסעס פונעם היסטארישן סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן, און טראמפ האט דעקלארירט אז "צפון קארעא איז מער נישט א נוקלעארע געפאר", הערט מען פון הויכראנגיקע שפיאנאזש קוועלער, אז די קים רעזשים האט שטילערהייט א געשליפענע און געפארפולע פלאן צו פארקויפן אירע מיסילס און מיליטערישע טעכנאלאגיע פאר אנדערע לענדער.

לויט צוויי הויכראנגיקע אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע, וועלכע האבן די וואך גערעדט אנאנים צו "די הילל", איז פארהאן א שטייגנדע זארג אינערהאלב די סי-איי-עי, אז קים וועט אויסנוצן די יעצטיגע בארואיגטע געמיטער, אויף צו פארקויפן פארגעשריטענע וואפנס, באליסטישע מיסיל טעכנאלאגיע, סייענטיפישע פארשונגען איבער נוקלעארע וואפנס, פאר די איסלאמישע רעזשים אין איראן, וואס דערמיט וועט צפון קארעא שטעלן א דירעקטן פרישן געפאר פאר אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל