סינגאפור – אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער זאגן, אז עס איז דא אן ערנסטע זארג אז די כינעזער רעגירונג וועט שפיאנירן אויפ'ן גרויסן היסטארישן סאמיט וואס וועט פארקומען אין צוויי טעג ארום אין סינגאפור, צווישן פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעאר פירער קים יאנג אן.

כינע שפילט נישט קיין שום אפיציעלע ראלע אינעם סאמיט, און איז אוודאי נישט געלאדנט געווארן, אבער זי זוכט זיכער צו הערן וואס עס קומט פאר הונטער די קויליסן, און די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זענען זיכער אז אין די יעצטיגע טעג זשומעט סינגאפור מיט כינעזער שפיאנען.

די אמעריקאנער רעגירונג וויל פארמיידן די ריזיקע, און צוליב דעם זענען אראפגעשיקט געווארן ספעציעלע שפיאנאזש אגענטן, וועלכע טוען דורכזוכן און דורכנישטערן אלע האטעל צימערן וואו אמעריקאנער דיפלאמאטן וועלן איינשטיין, זיכער צו מאכן אז עס ליגן נישט קיין אונטערהער אפאראטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל