וואשינגטאן – מארגן דינסטאג וועט אפגעצייכנט ווערן פופציג יאר, זינט'ן אטענטאט פונעם דעמאקראטישן סענאטאר און פרעזידענט קאנדידאט ראבערט עף קענעדי. ער איז געווען א ברודער פונעם דערמארדעטן פרעזידענט קענעדי, און איז אלט געווען בלויז 42 יאר ווען ער איז אומגעברענגט געווארן אין לאס אנדזשעלעס, זייענדיג דארטן פאר א קאמפיין אויפטריט. דער שיסער איז געווען סירהאן סירהאן, א פאלעסטינער מיט ירדנ'ער בירגערשאפט, וועלכער האט שפעטער געלאזט הערן אז ער האט עס געטאן "פאר זיין לאנד", געבנדיג אנצודייטן אז ער האט דאס געטאן צוליב אמעריקע'ס ראלע אין ארויסהעלפן מדינת ישראל אין די אנגייענדיגע מלחמות מיט זייערע אראבישע שכנים.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל