מאנהעטן – די ניו יארק סיטי רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן צושטעלן 309 פארקינג פלעצער, פאר קארס וועלכע באלאנגען צו "קאר שעירינג" סערוויסעס. "קאר שעירינג" באדייט דאס וואס מענטשן זענען נישט אליינס אייגענטימער פון קארס אדער האבן א ליעס, נאר פונקט ווי מען קען נעמען א טעקסי און באצאלן דעם דרייווער געלט צו טראגן ערגעץ, זעצט מען זיך אליינס אריין אינעם דרייווער'ס זיץ און מ'פארט וואו מ'האט צו פארן. "קאר שעירינג" ווערט מער און מער פאפולער, נאכדערצו אין גרויסע סיטיס וואו ס'לוינט זיך נישט און ס'איז צו שווער צו פארמאגן אליינס א קאר. עס זענען דא צוויי גרויסע "קאר שעירינג" פירמעס, "זיפ-קאר" און "ענטערפרייז", און די 309 פארקינג פלעצער לענגאויס די סיטי וועלן זיין דעזיגנירט פאר קארס פון די 2 פירמעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל