אלבאני – נעכטן האט זיך אנגעהויבן דער פרישער פראצעס אויפן געוועזענעם ניו יארק סטעיט סענאט פירער דיען סקעלאס און זיין זון, וועלכע ווערן געקלאגט מיט הארבע קארופציע קלאגעס. סקעלאס און זיין זון עדעם זענען אין יאר 15' געפונען געווארן שולדיג דורך א דזשורי, פאר'ן נעמען שוחד און אנדערע קארופציע שריט, און סקעלאס איז פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע. למעשה זענען די קלאגעס קעגן סקעלאס ארויסגעווארפן געווארן, ווען דער סופרים קאורט האט געאורטיילט אז פאליטישאנס קענען נישט אזוי גרינג געקלאגט ווערן אויף קארופציע, נאר אויב ס'זענען דא ממש הונדערט-פראצענטיגע באווייזן. פראקורארן האבן פריש צוזאמגעשטעלט קלאגעס, און נעכטן האט זיך אנגעהויבן דער דזשורי-אויסוואל פראצעדור – די ערשטע טריט אינעם פרישן פראצעס.


בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל